אני הקטן בין נישט חשוד אוף צו האבן צופיהל סנטימענטן צו אדמו”רים און גידאולים ובוודאי נישט צו שוינען זייער כבוד, בכלל נישט.
אבער דער נעכטיגער שמועס פון הרב שאולזאהן שליט”א אינם נושא פונ’ם מיליטאנטער, פיזישער רדיפה ‘קנאות’ שטיל ברויך זיין ווי א סוויטש-אן פון א סכנה לאמפ.
מען קען מער נישט יוצא זיין מיט ציהען די פלייצע און אפלאכן די משוגענע היץ קעפ, ווייל דער דאזיגער מיאוסער מחלה שפרייט און שוועלט ואנה אנו באים.
נעווער מיינד די צענדליגע יארן אלטע רוטין פון די קינדערס מיני ראיוטן אין מאה שערים און גאולה גאסן.. איך רייב זיך נאך די אויגן אומגלויבנדיג דאס א ריזן יישוב ווי ירושלים האט זיך אזוי פאסיוו סאבג’עקטעד צום שמודליאנער גענגסטער טעראר אקעגן יחידים און משפחות.. און מור האבן שוין זינט געהאט דעם אורבאך’ס גאסן אקופאציע, און ערשט יעצט האבן די וויליאמסבורג’ער סאטמורים מקיים געוועזן דעם והיית משוגע מיט אלע הידורים וחומרות.. און איך האב שוין כמעט פארגעסן ‘קלייניקייטן דא און דארטן ווי למשל דעם סקווערער הומאנער-בארביקיו ‘מחאה’..
ראשית חכמה ברויכן מיר פראבירן צן פארשטיין פארוואס און וויאזוי האט אונזער קאלעקטיוו און רשות הרבים אזוי מיאוס אפגעפארן (אין אלע זינען) ביזן האבן דאס פנים וואס דאס האט..
איך גיי אייך שאקן ביי זאגן דאס לפענ”ד מיר ליידן נישט פון צו ווייניג טאלעראנץ, נאר פארקערט!!
מיר שיינט גאר, דאס מיר זענען געשלאגן מיט א צייט גיסט פון בלינדע פרימיטיווער זעלבסט אינטערעס, וועלכער פראדוצירט א גלייכגילטיגקייט לכל מיאוס נגע ופשע אינדערויסן פון איינעמס גענצליך פריוואטע דלית אמות.. וסימנך, קוק נאר אן ווי דער חרדישער רשות הרבים במחוזות הטשאלנט זעהט אויס..
ס’ווערט נישט גוט ווען מיר טוהן בעטראכטן דאס ביי אחינו דער צווייטע דור פון בעלי תשובה און אונזערע אייגענע נושרים אדער נגרשים נעווער מיינד דערטראטענע ספרדים ליגן אן ארמייען פון פארשלאפענע ‘כשרונות’ וועלכע קוקן דערווייל בלויז צו, אבער זיי האבן אויך עפעס אויפן הארצן צו זאגן.. און אטאטא וועלן זיי זיך אויך צושטעלן צום שדים טאנץ, און דארטן דרייען זיך שוין בעלי השגות.. ס’וועט דאך זיין גהינם עלי אדמה.
איך וויל זיך דאך טרייסטן מיט’ן מחשבה דאס מיר האלטן שוין ווי מען זאגט פאסט-דה וורסט ווייל אלע מחותנים קענען שוין איינזעהן וואס אלע ציווילע גויים וויסן דאס חיה רעה טאקטיקס פיהרן אין ערגעץ נישט..
יהודי פשוט