און איך בין פארלעסליך אינפארמירט דאס אונזערע רבנים און מאכערס האבן אויך נישט קיין אנונג.
אבער וואס איך ווייס יא דאס מאנכע מנהלים פון שלאקעוואטע קראנקע מוסדות זוכן צו שאפן א היסטעריע איבער א געפאלשטן א בילד פון א סיטואציה ווי מיר וואלטן געהאט בלויז צוויי דרכים אדער לאזן זיי אנגיין מיט זייער חזיריי ללא זוז כל שהוא אדער דער שוידערליכער ווארט שין מם דלית ר”ל.. ניין, דאס איז נישט דער מצב.
ליידער דער מציאות החיים דאהי איז, דאס חוץ פון אויף “צו מאכן געלט” זענען גאר ווייניג פון אונזערע שלומי אמונים גרייט צו אינוועסטירן פראקטישע מחשבה און חקירה ודרישה, און וואס איז פשוט’ר ווי מיטצולויפן מיט’ן צומישטן המון און שרייען שמד און א מינוט שפעטער פארגעט אבאוט..
דער פינסטערער אמת איז דאס אונזער ציבור ווערט אפט פארפיהרט ווייל ער וויל פארפיהרט ווערן, צו זיין א וואוילער איד מיט לויפן ערגעץ אויף א מאסן כינוס יא און אפילו שרייבן א צ’ערעטי צ’עק מהיכי תיתי, אבער די פרינציפאלע פריקת עול חנוך הבנים והבנות (קערלעס-אאוטפארמינג בלע”ז) איז ליידער געווארן אן איינגעבויטער עלעמענט פונ’ם היימישן מענטאליטעט, און מיינע געראטענע אדער לומע וויצן טוהען בסך הכל מאסקן א טיהפער ענטוישונג ירחם המרחם.
יהודי פשוט
א יונגערמאן איז צוגעקומען צו מיר אין שטיבל און מיר ווארם קאמפלימענטעד דאס ער געפינט די יהודי פשוט ארטיקלען אין בעולמם צו זיין קלוג און געשמאק.. אויף וואס איך האב איהם הערצליך געדאנקט. אבער.. ער האט ממשיך געוועזן און קלאר געמאכט דאס ס’באטרעפט און קימערט איהם וואס איך מאך אשפוט און א געלעכטער פונ’ם קריזיס צוטוהן מיט גזרות החנוך..
נו, מה אומר מה אדבר?! דער איד האט מיר נישט בעליידיגט חלילה נאר מגלה צערו געווען און פונדאמענטאלע מענשליכקייט איז מחייב צו היילן וואונדן אוואו נאר מען קען..
פארצופאל איך האב מיך גודר געוועזן נישט ‘פארענטפערן’ פאר קיינעם מהטעם הכמוס, אבער ס’איז דאך ווערד א פראבע יענעם מניח דעת זיין.
ברודער טייערער זאג איך איהם: איך פראביר בלויז צו דערוועקן דיינע סארט יונגעלייט צו עפענען די אויגן צו בעטראכטן די “היימישע היסטעריע פראפאגאנדע” ווייל ס’ רעפרעזענטירן נישט בהכרח דברים כהויתם.. ואדרבא וויבאלד דא רעדט זיך וועגן גאר וויכטיגס ברויך מען ערשט מוטיגן דעם ציבור זיך בעקאנטמאכן מיט׳ן נושא. און אנשטאט צו שפייען מיין גאל איבער דעם אדער יענעם טרעלער אדער מאסן טשייניק האקער איז מיר מער ניחא צו מאכן א איכוחא ואטלולא פון די גאנצע הוידל בוידל וישמע חכם ויוסיף לקח.
און אויב דו וועסט מיר פרעגן נו, וואס טוהט זיך דא באמת? בין איך דיר מודה ומתוודה דאס איך האב נישט קיין גרינעם אנונג. נישט ווייל איך האב נישט געליינט די לעג’יסטלאטיווע פראפאזיציע, פארצופאל איך האב יא, נאר איך ווייס נישט וויאזוי דיע סארט זאכן ווערן אימפלעמענטעד הלכה למעשה
About חיים שאולזון
This author hasn't written their bio yet.
חיים שאולזון has contributed 8477 entries to our website, so far.View entries by חיים שאולזון
You also might be interested in
הבטחתי כי אביא לכם עוד על יחסי הספרדים והליטאים אז[...]
מזעזע!!!בחור חסידי מבני ברק נחשד בגניבת כרטיס אשראי וזיוף חתימת[...]
סקר ‘ערוץ 12’: ‘כחול לבן’ 34 ‘הליכוד’ 32 הערבים 13[...]