איך זיץ דא אין דעם ריזיגן נעסאו קאללאסיום, און באטראכט דעם געהויבענעם מעמד. איך זעה דא א ציבור פון טויזנטער און טויזנטער תלמידי וחסידי סאטמאר. זקנים און נערים אלעס פאראייניגט אונטער א ערליכע מנהיג ישראל. עלטערע אידן מיט ווייסע בערד וואס האבן זיך נאך געווייקט ביי די שובבים תורות. אַן ערענסטקייט וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן..
אוי, טרערן רינען פון מיינע אויגן!! די שפראך איז צו ארעם, ס’איז ממש נישט דא קיין ווערטער!! אזא עדה קדושה!! אזא גוטע ערליכע ציבור אידן!! אזא האָרכזאמע ציבור!!
איך פראביר מיר צאם צו נעמען די געפילן אפ צו שרייבן א ישר כח פאר די מארגנים, און איך ווייס באמת נישט ווי אנצוהייבן.
אזוי טראכטן’דיג פאר וועמען מיר קומען די גרעסטע ישר כח פארן אהער שטעלן דעם היינטיגן טאג, איז מיר ארויפגעקומען עפעס אויפן געדאנק, און לאכט נישט פון וואס איך גיי אייך זאגן היצטער, די ישר כח גייט פאר דעם משב”ק ר’ משה פריעדמאן. און מיר אלע תלמידי וחסידי סאטמאר ברויכן הויך אויסשרייען משה, ישר כח ששברת!!
דאס חרידישע אידנטום אין אמעריקא פרעגט די לעצטע פאר וואכן, על מה יצא הקצף? וואס זענען די זאליס אזוי צודרייט געווארן איבער א כינוס וואס די ארונים מאכן? איינער נעמט עפעס צו פונעם זאלי? וואס שטערט דיר אז יענער נעמט צאם זיין ציבור און רעדט צו זיי? וואס איז דאס טעראריזירן מענטשן און רבנים אז זיי טארן נישט גיין אדער רעדן ביים כינוס?
נאר ס’איז קלאר ווי די טאג, אז אונטער די נאמען סאטמאר געפונען זיך צוויי ערליי מענטשן. איינער פון זיי איז א האָרכזאמע צופרידענע מענטש. ער וויל א ערליכע הנהגה צו קענען אויפציען א אידישע שטוב. ער זוכט נישט צו זיין א אויבּער חכם, און איבערווארפן זײן רבי, זיין רב און זיין דיין. ער פארט שוין יארן אויף דעם זעלבן ליניע. ער האט אויף זיך מקבל געווען די הנהגה פונעם ברך משה זי”ע און אזוי ווייטער פון רבינו שליט”א.
ווידעראום איז דא א ציבור אידן, שלעכטע אויבּער חכמים, מענטשן וואס קענען זיך נישט אונטער ווארפן פאר קיין שום אויטאריטעט. פון ווען איך קען זיי, האב איך אלס געהערט אן אנדערע מעשה פון די אידן.
היום אומר לך אז נאכן רבי ז”ל טאר נישט זיין קיין ממלא מקום, ומחר אומר לך אז מהרז”ל איז דער איינציגסטער קדוש וואס קען זיין די ממלא מקום פון רבינו הקדוש זי”ע, אפילו דער זעלבער האט גערודפ’ט מהרז”לס פאטער אנע אויפהער.
היום אומר לך אז מ’מוז צוברעכן סאטמאר און מבזה זיין סאטמאר אין די גאנצע וועלט (ווייל די ברך משה איז נישט גענוג א ערליכע רבי), ומחר אומר לך אז מ’ברויך צאם האלטן סאטמאר אפילו מיר האבן אזא שוואכע רבי ווי מהרז”ל.
היום אומר לך אז מהרז”ל איז באמת נישט מיין רבי (איך האב רבי לייבוש וכדומה), איך בין נאר א זאלי ווייל מהרז”ל איז אונטער געווארפן אונטער אלע גדולי ישראל, ומחר אומר לך אז מהרז”ל איז גערעכט פארן נישט אויפנעמען דעם ראב”ד ירושלים, און ער זאל זיך יא קריגן מיט גדולי ישראל.
היום אומר לך אז דער זלמן לייב איז א ביק, און דעריבער טרעט איך נישט איבער די שוועל פון ראדני א גאנץ חודש תשרי, ומחר אומר לך אז ער גייט צו די חתונה פון מהרז”ל ווייל ער מוז מחזק זיין די זאך, כדאי צו שיקן א מעסעדזש.
און וואס איז יעצט געשעהן אז ער איז אזוי ציווילדעוועט??
נאר דער זאלי קען זיין מצב זייער גוט, און ער ווייסט אז ער ליגט אין די קרקע. ער קען זיין רבי אסאך בעסער ווי איר קענט אים. אבער ער איז שטעקן מיט אים, ווייל אין דעם לאָך אווי ער איז געווען פון תש”מ ביז תש”ס, האלט ער נישט ביים צוריק גיין. נישטא קיין שום סיפוק הנפש אין זיין קאמפעני, אלעס איז טויט. נישטא קיין ימים נוראים, און ס’איז נישט דא קיין הקפות. ס’איז נישטא קיין חנוכה און ס’איז נישטא קיין פורים. (אפשר שושן פורים, ווייל מ’גייט מאכן דזשאוקס אויפן חשבון פונעם עלטערן ברודער). הקפות לויפט ער צום דיין, אדער רז”ל פיליפ. שובבים איז ער ביי ר’ טודרוס. אקדמות ביי ר’ משה מנחם. די אנדערע חלק ציבור זיצט אין אומאן אדער אין די קאנטרי, און איז אפגעקילט פון אלעמען. ער ווייסט און זעהט אז די איינציגסטער זאך וואס האלט זיי צוזאמען, איז די שנאה צו זיין מהרז”לס עלטערע ברודער.
אזוי צוקלאפטערהייט מוז ער דאך נאך אלס מיט עפעס זיין מער פון אייך, האט ער געטראפן א נייע מהלך, און ער פראבירט אונז צו קאנווינסען אז ער טוט רעפרעזענטירן די שיטה הקדושה.
יא, איר הערט גוט!! ער איז גרייט מסלף צו זיין אלע תורות פון רבינו הקדוש זי”ע, און ער איז גרייט צו פארשווארצן דעם פנים פון רבינו הקדוש זי”ע, כאילו די רבי זי”ע איז חלילה געווען א טעראריסט וואס האט געפירט ירושלים אויף דעם שטייגער ווי עס פירט זיך היינט צו טאגס, דורך די ציווילדעוועטע חיות.
זייער שקר איז אזוי גרויס, אז די לעצטע פאר יאר האט ער אפילו געמאכט א יד אחת מיט א פארטיי וואס האט פארלוירן א בענקל אין כנסת, אלס כדאי אייך צו ווייזן אז ער איז א שותף מיט איינער וואס מאכט ווילדע הפגנות בלי שום הנהגת התורה. מיט דעם האפט ער אייך צו געבן א קאמפלעקס אז איר זענט נישט פון די לוחמים!!
דער האט אזוי הויך געשריגן ביז ער האט זיך איינגערעדט אז יעדע גלייבט אים שוין. ס’איז פיקס פארטיג, און ער איז רואיג. די ארונישע פארטיי ציהט לינקס, און ער ציהט רעכטס!!
איז געקומען א צייט ווען רבינו שליט”א האט געזעהן אז ס’איז באמת דא א בלבול המוחות. אידן אין ביידע פארטייען פון סאטמאר זענען פארשיכור’ט פון די נצחונות פון די מדינה הטמאה! דא האט מען אריבער געצויגן אן אמבאסאדאר קיין ירושלים, און דא באקומט דער פורק עול נתניהו כבוד מלכים אין די גאנצע וועלט. האט רבינו שליט”א פאררופן אז מ’זאל מאכן אן עצרת הסברה. מ’זאל אויפפרישן אלעס וואס מ’האט אונז געלערנט אלע יארן. מ’זאל זיכער מאכן אז די סאטמארע פינק וועט ברענען ביז משיח וועט קומען. דא זענען די זאליס צושפילט געווארן אז מ’קען נישט שטיין אין זייערע ד’ אמות.
קודם האט מען אַפיר געקראצט תירוצים פון אונטער די ערד, פארוואס מיר קענען נישט גיין בענאזאם. אבער דאס איז נישט גענוג, מיר האבן אסאך א גרעסערע פראבלעם, ווייל אויב די ארונים זענען יא קנאים, וואס זעמיר אונז? סתם משוגעים? נישט קיין רבי? נישט קיין קהילה? נישט קיין חסידות? נישט קיין רוחניות? נישט קיין גשמיות? און יעצט אויך נישט קיין קנאות?
דאס קענען זיי שוין נישט דערהייבן!! זיי זענען אזוי משוגע די לעצטע פאר טאג, אז ס’איז א סכנה צו רעדן אפילו צו די נארמאלע מענטשן ציווישן זיי. ס’איז נישט צום גלייבן, אבער אידן פון 70 יאר שיקן זיך ארום א בילד פון צוויי ליידיגע זיצן, מיט אזא שמחה ווי ער וואלט געווינען א לאטעריע!!
למעשה דאנקן מיר דעם רבונו של עולם אז אונזער רבי האט זיך קיינמאל נישט פארלוירן פון זייערע שקר!!! ער האט זיך נישט גערירט קיין טראפ פונעם דרך און מסורה וואס ער האט מקבל געווען פונעם פעטער ז”ל.
ביים היינטיגן מעמד זעהט זיך אן א צופרידנהייט אויף יעדער סאטמארער חסיד פון דעם פארטיי, אז מיר זענען אפגעטיילט פון די סארט אומצופרידענע נעגאטיווע מענטשן. ס’איז אוממעגליך צו עקזעסטירן צוזאמען מיט מענטשן וואס האבן אזוי פיל שנאה אין זיך. דא קומט פאר א הייליגע מעמד מיט טויזענטער חסידים וואס זענען פאראייניגט. מ’האט נישט אימפארטירט יעדע שונא וואס סאטמאר האט שוין די לעצטע 50 יאר, כדאי אנצופילן דעם גינגאטישן סטאדיום.
תלמידי וחסידי סאטמאר זאגן:
מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט די ציווילדעוועטע טעראר פון די לעצטע פאר וואכן, און צום סוף דאס אנשרייבן מיט רויטע בלוטיגע ספרעי פעינט אויפן ראב”ד ירושלים די שמוציגע לאוזינג פון שר”י, אלס פאר די עבירה פון האבן אן אייגענעם מיינונג, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט ווי מ’איז מחנך א דור פון בחורים מיט בלוטיגע שנאה, און ס’איז נישט דא קיין איינער ציווישן זיי וואס וועקט זיך אויף און קלאפט אויפן טיש, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
מיר אלע וואס האבן צוגעקוקט די בלוטיגע שנאה פון די אידן, ווי אזוי זיי טעראריזירן יעדן רב בישראל וואס האט געהאט א קלער צו גיין צום כינוס, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס קוקן צו ווי א ציבור אידן איז גרייט מסלף צו זיין די דברי אלוקים חיים פון רבינו הקדוש זי”ע, אלס פאר זייערע ביליגע פאליטיק, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס האבן נישט געברויכט א חודש פון העצע אנע אויפהער צו וויסן אז מיר גייען נישט אויף בארקלעיס. זיי האבן זיך באגעניגט מיט איין צעטיל פון “אנו אין משתתפים” צו וויסן נישט צו גיין, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים הערן דרשות אויף העברעיש אווי מ’פארקויפט שקרים וכזבים ווי “איפא ראַכאַמים” אלס פאר ביליגע פאליטיק, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס ווילן נישט אז מ’זאל פון זיי חוזק מאכן מיטן אויסרופן אז דאס געזעץ פארלאנגט אז ס’מוז זיין סקרינס ביים כינוס, און מיט דעם שוואך מאכן די מערכה קעגן טעכנאָלאָגיע אלעס פאר פאליטיק, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים געוואויר ווערן תשע”ז, אז מ’איז מסלף די היסטאריע פון סאטמאר כאילו רבינו הק’ זי”ע איז געגאנגען נאך געלט פאר חינוך עצמאי, און זיי האלטן נישט ביים הערן ווי שקרנים מיט ווייסע בערד פארקויפן דאס פארן יוגנט, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
די אלע אידן וואס האלטן נישט ביים מיט טאנצן מיט פאלשע מערכות לויטן געשמאק פון אפאר פאליטיקאנטן, למשל נישט לאזן רעדן פון דעם גזירות גיוס אפאר יאר צוריק, ווען די גאנצע וועלט ובתוכם די לינקע האבן געשריגן אז ס’איז עק וועלט, ווייל דאס שאדט פאר די ביזנעס פון אתרא קדישא אין בית שמש, דאנקן דעם רבש”ע אז מיר לעבן מער נישט אונטער איין דאך, און שרייען הויך צום משב”ק; משה, ישר כח ששברת!!
יא מיר תמימי לב זאגן ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים. מיר דאנקן דעם רבונו של עולם אז מיר קוקן נישט אויס ווי אייך. מיר לעבן נישט מיט דעם שנאה וואס איז מושרש ביי אייך. מיר האבן זיך טאקע נישט משתתף געווען פאריאר ביי אייערע כינוס, אבער איר וועט נישט טרעפן א רב וואס זאל אייך זאגן אז מיר האבן אים געבעטן נישט צו גיין צו אייך. און די סיבה דערפון איז, ווייל ווען ס’איז דא סיפוק אין דערהיים, לויפט מען נישט ארום אין די פרעמד!!!
ניין, מיר האבן נישט א רבי וואס האט זיך ארויף געזעצט בכבודו ובעצמו אויפן טעלעפאון זיך בעטן ביי רבנים נישט צו גיין צום כינוס.. ניין, מיר האבן נישט א רבי א בעבי וואס קען נישט אויפנעמען דעם ראב”ד ירושלים, פאר נערישע פאליטיק.. און ניין, מיר זענען נישט קיין פערד וואס מ’קען איינרעדן אז מאכן א סאטמארע כינוס אווי מ’גייט מ’גייט חזר’ן תורת חיים פון רבינו הקדוש זי”ע גייט שאטן פאר די מערכות קעגן גיוס.
ס’איז קיינער נישט געזיצן פאריאר ווי אייך א גאנצע נאכט און אריין געזומט יעדע ווינקל פונעם זאַל צו זעהן אויב ס’איז אפשר דא א קליין לעכעל וואס איז נישט פיל געווארן. און אז מ’רעדט שוין דערפון לאזט מיר אייך פארציילן, דא איז סך הכל א שאלה צו ס’איז געווען 17,500 מענטשן, אדער 15,500. קיינער האלט נישט אז מ’רעדט פון ווינציגער פון דעם. ממילא ווייס איך נישט פארוואס איר שטרענגט אייך אזוי אן די אויגן פאר גארנישט.
און איך וועל אייך מגלה זיין א סוד, מיר וואלטן זייער צופרידן געווען אפילו מיט 12,000 אידן, ווילאנג דאס זענען די זעלבע אידן וואס מיר זעה’ען כסדר אין ביהמ”ד יעדע יום טוב און יעדע יומא דפגרא, נישט אימפארטירטע ליטאים און ספרדים וכדומה.
מיר דאנקן און לויבן דעם באשעפער אז ער האט אונז געגעבן א ערליכע מנהיג, א רבי מיט אזוינע כוחות הנפש, א רבי מיט אזא ברען פאר אידישקייט, א רבי וואס האט עלעקטריזירט יעדן איינעם ביי דעם געהויבענע כינוס.
און אן עקסטערן ישר כח פאר מהרז”ל פאר זיך ‘נישט’ צושטעלן צום כינוס. ווייל דאס איז קלאר אז די ערשטע תנאי וואלט געווען אז רבינו שליט”א טאר נישט רעדן!! אזוי האבן ב”ה קרוב צו 20 טויזענט אידן געהאט די זכי’ אויפן פלאץ צו הערן די פייערדיגע דיבורים יוצאים מפי כהן גדול ווי ער איז דולה ומשקה שיטתו הבהירה פון רבינו הקדוש והטהור זי”ע, און די אנדערע העלפט סאטמאר זיצט אויף קול סאטמאר און הערט אויס יעדעס ווארט, ווייל אולי גייט מען כאפן א ווארט מיט וואס מנשה פילאפ וועט אייך קענען בארואיגן סוף וואך.
זאל די רבש”ע העלפן שיאריך ימים על ממלכתו, און ער זאל זוכה זיין משפיע צו זיין פאר זיין ציבור תורה ויראת שמים ביז מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו בב”א.