פארצופאל דער יונגערמאן וועלכער האט זיך פארשמועסט מיט מיר איז גאר א הייליג קינד פון די ערשטע ראיע רביריי אינדוסטריע, נאך אווערטל דא און אשטעכל דארט האט ער געוואלט פון מיר הערן א ראציאנאלער ‘קאלטער’ הסבר צו פארשטיין וויאזוי מיטאמאל די אלע הערום רבי מאטל האגר’ס קינדער וועלכע האבן זיי כמעט נישט אנגעקוקט ערשט עטליכע וואכן צוריק זענען מיטאמאל געווארן הונדערט פראצענטיגע פארגלעזטע אויגנדיגע חסידים און מאמינים .. תחילה מאי קסברי ולבסוף מאי קסברי?
יא, הרבה מעות יש לי.. אינ’ם דאזיגן נושא וועלכער איז פאר מיר אנטפלעקט געווארן אין ארץ הקדש זיינדיג שוין א קינד מיט אפענע אויגן א יודע לשאול.. און הלוואי מיין וואוילער תמימות’דיגער פאטער ע”ה וואלט געוואוסט מיר א וואונק צו טוהן מיט די אויגן און זאגן: קוק נאר צו מיין קינד וויאזוי ס’ארבעט און מאך פאר זיך דאס בעסט מעגליך.. אבער ער האט ליידער ליידער נישט באזעצט דעם ענלייכטונג און איך בין געבליבן צו אקערן מיט מיין בלוטיג’ן נאז א מדבר שממה דורך אויס מיין גהינם’דיגע יוגענד.
און יעצט בושתי ונכלמתי דאס איך האב געברויכט דערלעבן מיין עלטער ביז יעמאנד וועט מיר בכלל פרעגן איבער דער נושא וועלכער האט מיר אזויפיהל באשעפטיגט די מחשבות.. און בעצם וואס ענטפערט מען דא אהן יענעם דורכפיהרן די אלע קרומע שפיגל-קאמערן און גלגולי מחילות וועלכע איך בין דורך ביז ס’איז מיר פשוט געווארן דאס סאיז גארנישט דא און גאר קיינמאל נישט געווען וואס צו פארשטיין..
איך האב זיך אביסל מישב געוועזן ביז איך האב געפנט מיינע הארץ געפיהלן צום ב’טעמטן יונגערמאן און געזאגט:
לעכטיגער קינד ס’טוהט מיר לייד פאר דיינע גלייכע יונגעלייט, דו טראגסט אן איבערלאסט פון תיאורעטישע און עמאציאנאלע אינטלעקט, פיהל פיהל מער פון וואס ס’וועט דיר גוט דינען בבוא היום..
און אויב ס’איז באשערט געווען דאס מיר זאלן זיך טרעפן, בעט איך דיר ברחמים ותחנונים נישט מזלזל צו זיין אין לעבנספאקטן בלויז ווייל זיי רעפלעקטן דעם אומראציאנאלן פנים פונ’ם מענשהייט. ואדרבא, שטודיר לערן און בוי זיך אויף די פאקטן וועלכע האבן זיך געפרואובט א מיליאן מאל..
דאס ביסל וואז דו האסט דא באמערקט איז גענוג עדות דאס מען לויפט נישט צו קיין רבי’ס מכוח אמונה אדער ענדליכס נאר טבע האדם איז צו ווערן אטראקטירט צו כלומר’שטע ראנק און צום ‘וארמוט’ פון סאציאלע צענטער’ס און איינמאל זיי לויפן מיט דיין סטאדע קענסט זיי איינשפאנען ווי אייזלען און טוהען מיט זיי און זייער כלומר’שט גלייבן וואס אימער דו ווילסט..
פארוואס.. חא חא חא.. פארוואס? ווייל כך גזרה חכמתו יתברך. אפשר צו-פשוט? ביזניס איז אפילו מער פשוט. מען ברויך בלויז וויסן דאס אזוי ארבעט דאס! ותשבי יתרץ קושיות ובעיות.
יהודי פשוט