מאת זאלוני
עס גייט אדורעך אפאר טעג פון די כינוס, און וואונדער איבער וואונדער איך הער נאך אלץ נישט קיין ווארט פון מיינע ארויני קאלעגען…. פאריגע וואך האט ער יעדע רגע געלייגט סטאטוסלעך מיט פאוסטס און זייט זונטאג 5:00 איז אלעס געשטארבן ווי א בער אינמיטן ווינטער…
וואצעפפ, די סאושעל מידיע פון תשע״ח, האט אים אפגעשאכטן און די אלע זאלציגע קליפס ווי אהרן רעדט פאר א ליידיגן זאל וואס פארט אויף רעדער האבען געמאכט דעם חורבן נצחי צייגנדיג אומפארלייקענבאר די מציאות אז נעסאו איז ביג טיים דורכגעפאלן….
דערצו איז ארומגעפארן אפאר שמאלציגע ארטיקלען איינס פון זיי ספעציעל גוט בניגון הידוע אחת ואחת (וואס אגב ווען מ׳האט עס געוויזן פאר ר׳ ארענען האט ער געגעבן א קרעכץ אוי דערמאן מיך נישט פון ימים נוראים ווען איך פאר אריין אין ווילי און איך זע דעם ביטערן מציאות ווי איך זיץ נאך אלץ אין הופער…) און דער מצב איז באזאלצן אויף כח.
וואס טוט מען? אנגעהויבן פון זונטאג נאכט האט מען איינגעשפאנט אלע פי אר מייסטער קעפ פאר דעמעדזש קאנטראל. מ׳האט אריינגעפירט אלע בילדער אין שפיטאל צו אינטענסיוו קעיר יוניט, אלעס שווארץ געמאכט און דאן עס ארויסגעגעבן אלס נחמא פורתא.
אין ״די צייטונג״ וואו זיי האבן בעפאר׳ן כינוס געשפענדעט קרוב צו 20 טויזנט דאלער אין עדס האבן זיי געוויינט צו ר׳ אברהם פריעדמאן ער זאל נישט טוישן דעם ארטיקל וואס מ׳שיקט אריין און לאזן זייער זשאוק-נומער פון קרוב צו 20 טויזנט מענטשן 😂 און ר׳ אברהם כידוע שטעלט זיך נישט וגם לזה נענה ראשו.
יעצט די אלע באצאלטע מאגאזינען וואס לייגן אים יעדע וואך אויפן קאווער איז דאך אפגערעדט זענען איינגעשפאנט צו לייגן די געדאקטארטע בילדער; אחוץ דער מאמענט וואס האט געלייגט א ״אונטערן רוקן״ קלאוזאפ פון זקנים דרימלען ווייל יודעי דבר זאגן אז ״אונטערן רוקן״ וועט בעסער אויסזען ווי ״אונטערן אויבנאן״…
על כל פנים, דריי טאג שפעטער קיינער רעדט שוין נישט דערפון; נישט די זאליס, נישט די ארוינים, אחוץ די באצאלטע מאגאזינען וואס ארבעטן נעבעך אויף אווער טיים צוריקצוכאפן די געשאכטענע מאמענטום און כאטש באוועגן די פאר פרומע ארוינים אן א וואצעפפ אז עכט איז עס יא געווען א סוקסעס, נאר מ׳האט עס נישט געקענט זען אויפן פלאץ, אלס דעם ״נעשה ורואה״ אדער בלע״ז לאורעל יעני…
א הארציגן לחיים ברודערליך צום שלישי למילה!