בלעה”ר אכשר דרא, דער היינטיגער דור האט געמאכט ריזיגע פארשריטן אינם נושא פונ’ם כבוד האדמו”רים פלאי פלאות גג על גג זה למעלה מזה אשרי עיין ראתה אלה..
זכרתי ימים מקדם די חופות פונ’ם סקווירער און בעלזער הייליגע רביים אין שיכון ויז’ניץ בימי החיים מאירים זי”ע אוואו דער איינציגער מערקוירדיגער חידוש איז געוועזן דער איינגעבויטע מעטאל ראם וואס זאל זיכער האלטן די חופה אינ’ם גרויסן געדרענג אין חצר.
מען האט טאקע גהערט דעם הלוך ילך דורך א מיליטערישער מעגאפאנען וועלכער האט געזעצט אין קאפ און געטרייסלט די ערד ביז גבעתיים. אבער למעשה, די הייליגווארג זענען העריין און הערויס פון זיירע חופה’ס ווי איך אין דיר כאחד האדם, די פלאטפארמעס און די במות זענען נאך דאן געוועזן א דבר שלא בא לעולם און רבי’ס גרויס און קליין זענען געזעצן אויפ’ן גראונד לעוועל ווי יעדער זרח און באראך.. און יעצט גיי דערצייל דאס די היינטיגע חברה..
אגב, איך האב נישט לאנג צוריק געהאט די זכיה צו זיין גאסט ביי א בעשיידענע רבי’שע חתונה אוואו דער דריי שטאקיגע חופה-פלאטפארמע מיט די סטערילע שטח הערום האט פארנומען א שטח ווי וואס דער עולם האט באזעצט.. איך האב זיך צום אנהייב געוואונדערט וואס איז דער תועלת פון א אינסטילאציע וואס פארמעגליכט אונז נישט צו זעהן דעם הלוך ילך פון די חופה וקידושין, און בלויז די אחוריים דקדושה בשעת’ן פראווען פון מחול-לצדיקים נאך וואס די הייליגע זיידעס זענן צוריק צו זייערע גאלדענע שטוהלן בגנתא דעדן. אבער פאר’ן גרויסן דערהויבענעם מינוט פון די הייליגע סאלוטאציעס העראפ צו אונז די פשוטי ההדיוטות און דער פראכט פונ’ם וירד משה אל העם מיט פרישן הייליגן פארפאלק איז אלעס כדאי געוועזן.. דאך, אונזערע געמיינע בלוט שפלות האט אונז געשלאגן אין די ריזיגע סעודה האלל מיט די וואויל געסטאקט’ע פארענצ’עס און פיהר פאכיגע חשיבות פלאטפארמא במזרח, ווייל די אכילה און דער אלגעמיינער מוט איז געווען אזא קאטאסטראפע דאס מיר האבן שנעל געלייגט די פיס אויפ’ן איקסל און געמאכט א זמן פליטתנו כל עוד בו נשמתו צו זוכן אן אפענע רעסטאראנט אין תל-אביב..
דא בעט איך מיינע חצי מניין געטרייע נאכפאלגער סליחה מחילה וכפרה איבער’ן פארקריכן מיט אזוי א לאנגע אריכות בשעת איך האב בסך הכל געוואלט מאכן מיין באשיידענע קאנטרביוציע צום מעכטיגן עניין פון כבוד הצדיקים.
איך האב באמערקט דאס דער מאטארקאדעס מיט די צענדליגע אדער הונדערטע ענליכע שווארצע כבוד לימאזינעס האבן א חסרון דאס זיי פארשווינדלען די אלגעמיינעם צוקוקער’ס אויגן און קאפ ביז ער ווייסט ששוין נעביך נישט וויפיהל שטיק ער האט געזעהן, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם..
דערפאר האב איך געבראכן קאפ ביז מען האט מיר חונן דעת געוועזן מיט’ן רעיון פון א אינדאנער צערעמאניאלע פראצעסיע אין פראנט פונ’ם עהרע מאטארקאדע. וערום יעשה בדעת: אויף דריי פלוש און זייד דעקארירטע פול געוואקסענע עלעפאנטן זאלן רייטן שניי בערדיגע נכבדים מהנהגת הקהל און אין פראנט פון זיי אונטער א גאלדענעם חופה איבער א געציהרטער ריזן זכר עלעפאנט וועט שיינען במלא הודו והדרו דער עט”ר רו”מ אדמו”ר הגה”ק עמו”ש און אין פראנט איף איהם וועל גיין עטליכע נישקשה’דיגע עלעפאנטן אויף וועלכע וועלן רייטן דער טראמפעט בלאזערס הנקראים טורהיי-באז’יניווללה און דער דיהנדארטשי וועלכער וועלן פול הארציג פויקן און דער גאנטי-באצ’טיהיי וואס וועט קלינגען בכל עוז מיט די צלצלים, און דער עיקר איז די צוועלף יונגע עלעפאנטן-קאלבן אויף וועלע וועלן רייטן לעכטיגע תשב”ר אין ספעציעלע דאשיק’ליך האלטן פאנען און פלאקערדיגע פאקלען ואין להאריך והמבין יבין בגודל התועלת שבדבר ואשרי העם שככה לו..
יהודי פשוט