מאת יצחק שטרן
אן אגעריסענער זאלי/בני יואלניק האט דא ארויף געלייגט אגאנצע ליסטע פין די אלע “חטאים ופשעים” פין מרן רבינו הגה”ק מסאטמאר שליט”א, ער האט נאר פארגעסן צי לייגען צווי עבירות חמורות, דעס אז ד’רבי האט אונטערגעברענגט די טאון טאוורס אין ספטמבר אילוון אין דאס וואס ער האט אנגעשמירט וומסב”ג מיט פאשקווילען קעגן ד’ראב”ד הגר”מ שטרנבוך שליט”א, יא, אין דאס אינטער צינדן דעם ילד שעשועים וייסט איר גאנץ גוט צי וועם בלאנגט אט די הדלקה, מקען זיך אינטרעסירן בא משה גבאי אויב זיין קאפ עקזעסטירט נאך,
איך כאפ נאך נישט ביז די מינוט, וואס האט געבערנגט די זאלונים אזא שווערע נערווען ברויך, מהאט עפעס צי גענומען פין זיי ? מהאט זיי עפעס געבעטן ? איינער האט זיי עפעס געביסן ? שוין צווי וואכן וואס זיי לויפען ארום וויא פארסאמטע מאזן, שימפען אין שעלטן ביז איבערן דאך, זיך שיר גענומען דאס לעבן פאר כעס, רויט וויא בוריקעס, פלאמען וויא א טאמאטע, ויי, אוי, בוי, מקרעכטץ אין משעלט, אהרן, ראב”ד, שטרנבוך, סאשה, ויז’ניץ, צויבל, חיים שלמה, פעפער, זאלץ, שמאלץ, וואס איז געשעהן ? סי איז געוואר געווארן פאר די גאנצע וועלט ווער סיגייט טאקע אין ד’רבינ’ס זי”ע וועגן, אין ווער זענען די חיות רעות פין די וואלד ? דאס באדערט ענק ? נו ווער שטערט אייך טוישן אייער חינוך אין אויף הערן אויף וואקסן חיות אין בהמות וואס שרייבן אויף די ווענט ‘שר”י’ א שריט וואס באלאנגט פאר די שווארצע,
אין וואס שרייבט אצווייטער נאר ? וויא איז געווען ר’ אהרן שכטר אין ר’ הלל ויינברגר ביים כינוס ? אינגעלע ! ווען דראב”ד פין עדה חרדית אין א עלטער פין 92 יאר קומט ציפארן צום כינוס, איז טאקע קיינער נישט אינטרעסאנט צי וויסן וויא איז ר’ אהרן שכטר אין הלל ויינברגר,
חז”ל זאגן, איזהו שוטה, זה המאבד מה שנותנים לו, זאולי האט זיך גקענט איינקויפען זיין עולם הבא מיטן עולם הזה אין איין נאכט, מהאט איהם מציע געווען, קים צום כינוס אין מוועט דיר נאכגעבן וואס די ווילסט, אבי ברענג נאר ווער סי רופט זיך סאטמאר, ער האט געקענט האבן דגרעסטע כבוד אין זיין לעבן קעגן די גאנצע וועלט, אבער זיין שלימזלקייט איז עים נאך געגאנגען, אין ער האט זיך מיאוס ציפאטשקעט מיט די עדה החרדית, מיט די ראב”ד, מיט די תורה, אין מיט דהילייגע רבי זי”ע, אין סי איז נאך געווען אגעלעיגנהייט צי וואזן פאר די גאנצע וועלט וואס פאר א חנוך באקומט מען אין זיינע מוסדות, ועל כולם אז מקען זיך זייער שיין אנגיין און איהם,
זאליס, סי איז צייט געקומען איר זאלט זעהן וויא איהר זענט אהנגעקומען !