מאת סקווערער
מיין טייערער ידיד נפשי כמר – – – מעיר הבירה לאנדאן יצ”ו,
צום אלעם ערשטן, וואס הערט זיך? וואס איז נייעס ביי אייך אין לאנדאן בכלל און ביי אונזער/אייער הערליכע שיינע קהלה קדושה תולדות יעקב יוסף בפרט? ווי מיר האבן שוין עטליכע מאל גערעדט אויפן טעלעפאן האט דאך אייער שטאט אין די לעצטערע חדשים זוכה געווען צו עפעס וואס איר זענט ביז היינט נישט געווען געוואוינט: לאנדאן האט א רבי, א מנהיג, ביי וועלכע מען קען זיך אביסל אנווארעמען די נשמה אין די פארוואלקנטע לאנדאן. איך האב געהערט פון עטליכע פון מיינע חברים אין ישיבה אז אויך א גרויסע עולם פון אונז איז זיך ממש מחי’ דארט יעדע פרייטאג צונאכטס. איך האב אפילו געהערט, אפשר קענסטו מיר עס באשטעטיגן, אז מוה”ר – – – איז דארט ביז פארטאגס… נישט פשוט. בכלל די אחדות און שלום וואס הערשט דארט אין וויזניץ צווישן די ברודער איז ממש א קידוש השם און זיכער א געוואלדיגע נחת רוח פאר זייער הייליגן טאטן, דער אור מרדכי מוויזניץ זצוק”ל, און אודאי אויך פאר זייער זיידן, אונזער הייליגער רבי זכרונו לברכה, זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל אזוי ממשיך זיין ביז משיח’ס טאג.
למעשה פארוואס איך האב זיך גענומען צו שרייבן, הגם מיר רעדן דאך כסדר אויפן טעלעפאן, ווייל איך האב ארויסגעהערט צווישן דיינע ווערטער אז דו ווילסט פארשטיין און ארויסהאבן וואס גייט פאר “צווישן סקווירא און האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א”. געטריי צו אונזערע ווירדן און די חינוך וואס מיר האבן באקומען, האסטו נאר איידעלערהייט פרובירט צו דערטאפן, און ווי דו קענסט זיך אליין פארשטעלן רעדט מען ביי אונז נישט קיין הונדערטסטל, און אפילו טויזנטסטל, פון דאס וואס די גאס איז פארנומען – א זאך וואס דו קענסט אפילו נישט איבערגעבן פאר דיינע שכנים און פריינט, ווייל קיינער וועט דיר נישט גלייבן, אבער איך האב געפילט אז עס שטערט דיר זייער, אז מען פרעגט דיר דערוועגן און דו ביזט נישט באקאנט מיט די פרטים צו קענען מקיים זיין דעם ודע מה שתשוב.
האב איך נאך פילע וואקלענישן און קווענקלענישן באשלאסן, לתועלת הענין, דיך מסביר צו זיין אויפן שפיץ גאפל די אומגעהויערע און טיפע ווייטאג וואס מיר חסידי סקווירא האבן, און די אומצוויידייטיגע תביעה וואס מיר פארלאנגען. פאר דיר זאג איך אבער: אויב עס קומט דיר אויס אז איינער פרעגט דיר דערוועגן, זיי אים מסביר איינמאל. איז ער באמת גרייט צו הערן, וועט דאס זיין גענוג. און אויב נישט, איז א שאד יעדעס ווארט. דאס איז א הוראה וואס דער רבי שליט”א האט יארן צוריק געגעבן – טאקע ביי אן ענין וואס איז געווען נוגע אט דעם זעלבן קרייז.
אלזא צום ענין, און איך וועל שטארק פרובירן זיך צו האלטן קורץ און צום פונקט.
פאר אונז, חסידי סקווירא, וואס זענען אויפגעוואקסן דערמיט פונעם וויגל, איז עס נישט קיין חידוש, אבער ווען דו רעדסט מיט א פרעמדן איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען די פשוט’ע אלף-בית: דער רבי ז”ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא איינער אליין, ווען די גאנצע ברייט-פארצווייגטע משפחה ווערט נעבעך אוועקגעריסן ביי די ביטערע מלחמות; נאך אלע וואנדערנישן און מיטמאכענישן קומט מען ענדליך אן אל המנוחה ואל הנחלה – ווען די הויף הייבט אן זיך צואוואקסן און פארשפרייטן אין דעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וואס האט געשפרודלט מיט ערליכע חסידישע אידן, ובראשם גדולי האדמורי”ם ורבנים – וואס געבן אפ דעם רבי’ן ז”ל דעם גרעסטן כבוד; דער רבי ז”ל איז אבער נישט צופרידן, ער וויל א שטעטל פאר זיך, וואו ער קען אויפשטעלן דורות כאוות נפשו הטהורה, לאור קדושת אבותיו, אפגעהיטן און ארומגענומען מיט זיינע מויערן פון קדושה וטהרה און אלע גדרים וסייגים.
עס גייט ביטער שווער, דער שטן פארלייגט זיך אויף יעדן טריט און שריט. די עסקנים קומען מיט פארשלאגן וואס וואלטן געקענט זיין פיל גרינגער און פארמיידן רוב פון די פראבלעמען, אבער דער היייליגער רבי ז”ל איז גרייט אויף די אלע שוועריקייטן: אבי עס זאל זיין אינדרויסן פון שטאט. דאס זענען אלעס טרוקענע פאקטן וואס זענען באקאנט פאר יעדן וואס איז גרייט צו קוקן דעם אמת אין פנים.
דער הייליגער קדוש וטהור, וועלכער איז אלעמאל געשטאנען ווייט פון עניני ממונות, פאלט אריין אין אומדערטרעגליכע חובות, א זאך וואס טרעט אים צו צום געזונט. די קדושה האט געזיגט, די הייליגע שטעטל ווערט אויפגעשטעלט לשם ולתפארת, אבער דער מייסד איז נישט זוכה צופיל צו שעפן נחת; דער רבי ז”ל איז געווארן שוואכער און שוואכער פון די אלע איבערלעבענישן בשעת’ן בויען און פאלט ענדגילטיג אריין על ערש דוי, פון וועלכע ער איז ליידער שוין נישט אויפגעשטאנען.
א איד וואס האט אזוי געלעבט מיט זיין משפחה, זיינע קינדער און אייניקלעך, איז ליידער נישט זוכה צו פירן אונטער די חופה מער ווי די צוויי עלטסטע אייניקלעך. הארט איידערן אריינפארן אין שפיטאל, שושן פורים תשכ”ח, איז נאך איין אייניקל – כ”ק האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א – זוכה אז זיין שידוך-שליסן קומט פאר ביים הייליגן זיידן “צו וועלכער ער איז אזוי מקושר”… קען מען זיך דען פארשטעלן דעם צער פונעם חתן ווען ער זעט זיין זיידן אין אזא שווערן מצב – אלץ ווייל ער האט געוואלט אויפשטעלן א שטעטל, אפגעזונדערט פון אלעס ארום?!
מען פירט אריין דעם רבי’ן אין שפיטאל. ווען דער רבי ז”ל פילט אז די טעג זענען געציילטע, קומט פאר א געשעעניש – וואס ביי אונז חסידים, ווען מען דערמאנט דאס נאר קענען מיר נישט אפשטעלן די פלייץ פון טרערן און שטורמישע הרגשים וואס פלאצן ארויס: דער רבי ז”ל פארשפארט זיך מיט להבח”ל בנו יחידו וממלא מקומו, כ”ק מרן אדמו”ר עט”ר שליט”א – א יונגערמאן פון קוים עטליכע אין צוואנציג יאר, וואס גייט פארלירן זיין קרוין, זיין לעבן, זיין טאטן און רבי’ן בלויז פאר דעם איין און איינציגסטן סיבה: ווייל ער האט זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן א שטעטל פאר די קומענדיגע דורות!!!
טאטע און זון זענען פארשפארט פאר גאר א לאנגע צייט. דער רבי ז”ל געבט איבער די שליסלעך פארן רבי’ן שליט”א און דער הייליגער רבי שליט”א קומט ארויס רויט-פארוויינט. “דער טאטע האט מיר געבעטן”, איז דער רבי מגלה: “היט אויפן שטעטל”… די שטעטל פאר וועלכע איך וועל אט-אט אויסהויכן מיין נשמה אין יונגע עלטער פון קוים אכט און זעכציג יאר. דער רבי ז”ל’ס הייליגע צוואה: היט אויפן שטעטל, איך זאל נישט האבן מקריב געווען מיין לעבן אומזיסט… דעם רבי’ן ז”ל’ס לעצטע ווערטער אינעם הייליגן תהלימ’ל: “ונחלתו לא יעזוב”…
איז דען א וואונדער וואס דא גייט פאר?! איז א חידוש אז דער רבי שליט”א – נאכן דורכגיין אזויפיל אין די פארגאנגע יארן, בכלל ובפרט – איז זיך מוסר נפש אז דער הייליגער רבי ז”ל’ס רצון זאל ערפילט ווערן בשלימות?! ניין, עס איז נישט קיין חידוש. בכלל נישט.
און עס איז אויך נישט קיין חידוש פארוואס שלומי אמוני ישראל, פון אלע שיכטן און קרייזן, האבן פארשטאנען דעם הארציגן, אידישן און מענטשליכן בקשה וואס דער רבי שליט”א האט געבעטן מעומק לבו הטהור פון אלע ארומיגע שכנים, אז מען זאל פארשטיין צו די געפילן און געברויכן פון די קרוב צו צען טוינזט נפשות וואס וואוינען דא אינעם שטעטל און זיך אפהאלטן פון קומען דא נעבן אונז. ניין, עס איז אויסדריקליך נישט קיין חידוש. מען רעדט דאך דא פונעם אידישן פאלק, מי כעמך ישראל, וואס איז דא זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם אנדערן. בפרט ווען א גדול בישראל, א מנהיג פון טויזנטע אידן, בעט אזא פארשטענדליכע און לאגישע געבעט, פארשטייט מען אז מען שטעלט זיך צו.
דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס אזויפיל אידן האבן פארשטאנען ווען כ”ק האדמו”ר האור מרדכי מוויזניץ זצוק”ל האט דורכאויס די יארן געהאט אזויפיל סארט פארלאנגען און תביעות ווער עס זאל יא קומען נעבן אים; ווער עס זאל נישט אויפשטעלן מוסדות אין מאנסי; ביי וועלכע זמן זאל פייפן וועלכער פייפער, וכו’, וכו’, וואס נישט דא איז דער פלאץ אויסצורעכענען – ווייל ווען א גדול בישראל בעט א פארשטענדליכע געבעט, פארשטייט מען און מען שטעלט זיך צו, און סקווירא איז טאקע געווען איינע פון די וואס האבן “פארמאכט” א תלמוד-תורה – א שריט וואס דער רבי האט קיינמאל נישט גענומען, נישט פארדעם און נישט נאכדעם – נאר דאן אויפן בקשה פון דעם רבינ’ס שוואגער.
דאס אלעס זענען נישט קיין חידושים. עס איז אבער יא דא איין חידוש וואס מען מוטשעט זיך שוין גאר א לאנגע צייט צו פארשטיין, אבער אן ערפאלג. ווי פארשטענדליך, איז איינע פון די גרעסטע שטערונגען, אויב נישט דער גרעסטער שטער, ווען עס דרייען זיך ארום “בראקערס” אין אונזער דערנעבנדיגע געגנט – וואס רעדן צו די גויאישע שכנים צו פארקויפן זייערע הייזער, און דערנאך עס באזעצן מיט אידן פון מאנסי אדער פון שטאט וואס זוכן צו קויפן הייזער. עס איז נישט מעגליך ארויסצוברענגען אויפן פאפיר ווי ווייט דאס האקט אונטער די גאנצע מערכה.
און דעריבער, ווי-נאר מען האט געהערט אז א בראקער – וואס האט נישט פארשטאנען די חומר הענין – האט אנגעהויבן אריינקומען אין געגנט, האט מען זיך מיט אים פארבינדן, געבעטן, און געווענליך האט דאס געהאלפן. געווען אזעלכע פעלער וואס איז געגאנגען אביסל שווערער, האט מען זיך פארבינדן מיט דעם מנהיג ומורה דרך פונעם בראקער, און ביז געציילטע שעה איז די זאך געווען מסודר. דאס איז געווען נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, נישט ביי איין הויף און נישט ביין איין קרייז. איך האב די נעמען ביי מיר און אויב דו ווילסט דוקא קען איך דיר איבערגעבן בעל פה, ווען מיר וועלן רעדן.
עס איז אבער דא איין בראקער, וואס וויפיל מען האט זיך ביי אים געבעטן און געוויינט איז עס געפאלן אויף טויבע אויערן. און דא זענען מיר געכאפט געווארן אין איבערראשונג שוין חדשים צוריק. דער בראקער איז א חסיד פונעם היינטיגן וויזניץ-מאנסי רבי’ן שליט”א. אבער נישט סתם א חסיד צווישן די הונדערטע חסידים, נאר טאקע א נאנטער מקורב. א שטיק צייט צוריק, ווען נאך זייענדיג רב אין וויזניץ-מאנסי האט דער וויזניצער רבי אפגעראכטן א שבת התאחדות פאר נדיבי לב, לטובת די וויזניצע מוסדות, איז עס געווען דער אויבנדערמאנטער בראקער וואס האט אלעס אראנדזשירט.
האט מען געטון ווי מען האט געטון מיט אלע אנדערע רבנים, גאונים און אדמורי”ם, זיך פארבינדן מיט האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א און אים מודיע געווען אז זיינ’ס א יונגערמאן שטערט אונז זייער און מיר בעטן בכל לשון של בקשה ער זאל אים זען אפצושטעלן. מיר זענען געווען זיכער אז א זאך וואס איז א מילתא דפשיטא אפילו ביי די וואס האבן נישט קיין פערזענליכע שייכות מיט סקווירא און מיטן רבי’ן, וועט זיכער גיין ווי געשמירט מיט’ן רבינ’ס פלומעניק און מחותן. מען בעט דאך בסך הכל ער זאל צוהעלפן די לעבנ’ס-פראיעקט פון זיין הייליגן זיידן ז”ל…
ווי שאקירט זענען מיר אבער געווארן ווען דער תירוץ איז געקומען: “איך האב פרובירט, ער וויל נישט, איך קען גארנישט טון”… איך דארף דיר נישט זאגן וויאזוי מיר האבן געפילט. מען האט פרובירט איינמאל און נאכאמאל, אבער אלעמאל איז דאס מער ווייניגער געווען די אנטווארט. נו, וואס קען מען טון?! האט מען געשוויגן. מען קען דאך נישט מער ווי בעטן. אז א איד זאגט ער האט פרובירט און ער קען נישט, וואס איז שייך צו זאגן. טראץ וואס עס האט יעדער זייער גוט פארשטאנען אז ווען דער בראקער זאל באמת פילן אז ער טוט וויי זיין רב/רבי – ווען ער איז מצער זיין עלטערע פעטער, וואס איז קוים מיט א יאר צוריק דורך אזא שווערע דורכגאנג – וואלט עס זיכער משפיע געווען; און הגם מען האט קלאר צוריקגעהערט אז דער בראקער האט זיך אויסגעדרוקט צו זיינס א חבר: “דער רב האט מיר אריינגערופן, געבעטן איך זאל אפלאזן סקווירא, אבער איך האב אים מסביר געווען מיין צד און ער האט מיר פארשטאנען”… האט מען פארט פרובירט מלמד זכות זיין אז אפשר האט ער טאקע נישט קיין ווארט אויף אים [ – און לויט די דעמאלטסדיגע סיטואציע אין די קהלה פון וויזניץ-מאנסי האט מען טאקע נישט געקענט וויסן ווי ווייט ווארט ער האט], און צו דעם איז נאך צוגעקומען דער פאקט וואס מען האט צוריקגעהערט, אז פערזענליך פאר יונגעלייט וואס זענען געקומען פרעגן האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א וועגן זיך ארויסציען אין אונזער געגנט האט ער שטארק אפגערעדט דערפון [– א זאך וואס אויב איז דאס אמת זענען מיר באמת מכיר טובה, אפילו לעת עתה], איז מען דעריבער אנגעגאנגען ווייטער, און כאילו ווי פארגעסן דערפון.
האט אבער פאסירט עטליכע וואכן צוריק א פאסירונג וואס האט אונז אנגעגאסן מיט קאלט וואסער און פעסטגעשטעלט אז די אלע לימודי זכות וויאזוי דער איינציגסטער בראקער וואס טרעט נישט אפ – איז פון יענע הויף, איז פשוט געווען א נאאיווקייט פון אונזער זייט, וואס האבן נישט געקענט זען קיין שלעכטס ביי אייגענע משפחה. דאס איז געווען דער ביקור וואס האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי האט אפגעשטאט אין הילקרעסט ביי האדמו”ר ר’ נפתלי הערש ראטטענבערג מקאסאן, וועלכע וואוינט ליידער אין א הויז וואס איז פארשמירט מיט בלוט פון אונזער הייליגן מנהיג זצוקלה”ה און איז א מעסער אין הארץ פון כ”ק מרן אדמו”ר שליט”א און זיינע טויזנטע חסידים וואס זענען מקושר בלב ונפש. און דער באזוך איז שוין געקומען נאכן קלאפן א מזוזה ביי א באקאנטער וואס האט זיך אויך ארויסגעצויגן הארט נעבן אונז – מסתמא אויך איינער אויף וועם ער האט נישט קיין ווארט.
די לעגיטימאציע וואס דאס האט געגעבן דארף איך דיר נישט אראפלייגן, און פון יענעם טאג און ווייטער האט אנגעהויבן ארויסקומען גליונות אין וועלכע מען געבט איבער מיט פאטאס איבער די געוואלדיגן באזוך פון כ”ק אדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א, וועלכער האט געווינטשן פאר האדמו”ר מקאסאן ער זאל זוכה זיין מרבה זיין גבולי הקדושה (א ברכה וואס ווערט קאטעגאריש געלייקנט דורך דעם וויזניצער הויף), און אזוי אויך רופט מען דעם ציבור זיך צו קומען אריבערציען, און צום ערשטן מאל קען מען צולייגן: היות וואס “רבני ומנהיגי הדור, זענען שטארק מחזק און מעודד דעם הצלחה פון דעם געגנט, און זענען מייעץ אינגעלייט צו קויפן דארט הייזער און זיך קונה שביתה זיין דארט”… – א זאך וואס איז נישט בייגעפאלן צו שרייבן איידער דעם אויבנדערמאנטן באזוך, היות וואס עס איז געווען זייער קלאר ביי יעדן אז “אלע” רבנים און אדמורי”ם האבן זיך געשטעלט צום רבינ’ס האנט און טוען וואס נאר אין זייער מעגליכקייט צוצוהעלפן ערפילן דעם הייליגן רצון. נו, קענסט דאך אודאי דעם משל פון דעם אמבטי’ רותחת וואס יעדער ציטערט און איין איינער קומט און מאכט עס קאלט… וואס אויף דעם זאגט די תורה: “לא תשכח”. מיר קענען יעצט מיט רעכט נוצן די ברכה פון “והיה בהניח ה”א מכל אויביך מסביב, בארץ אשר ה”א נותן לך נחלה לרשתה”…
און ווען צו דעם קומט נאך צו וואס די ראשי הקהלה פון סאטמאר געבן איבער, אז בשעת מען האט געהאנדלט מיט זיי איבערן שטח וואס מען האט אפגעקויפט דא אויף ‘וויליאמס’, האט מען זיך געהאלטן אין איין פארבינדן מיט זיי פון וויזניץ-מאנסי און זיך געבעטן אז מען זאל נישט נאכגעבן פאר סקווירא, איז אונז זייער שווער צו טרעפן לימודי זכות און ממתיק זיין אז מען איז גרייט צו טון ממש אלעס צוצוהעלפן…
“וואס האב איך געקענט טון?” האלט דער וויזניץ-מאנסי רבי אין איין פרעגן די פארגאנגענע וואכן ( – ווען ער רעדט מיט אזעלכע וואס זענען נישט באקאנט מיט די פרטים וואס דא גייט פאר. ווען עס קומט יא איינער מטעם סקווירא, און אפילו מיט א דירעקטע שליחות פון רבי’ן שליט”א, וואס וויל דורכשמועסן מיט אים דעם ענין און מסביר זיין וואס טוט וויי און וואס מיר ווילן אויף ווייטער – איז די ענדגילטיגע תשובה: “איך וויל נישט רעדן וועגן דעם”…) “ער איז געקומען צו מיר פיר מאל. זאל איך נישט צוריקגיין צו אים א באזוך?!”
אונזער תשובה אויף דעם איז אזוי: עס האט קיינער נישט פארלאנגט אז מען זאל אפהאקן אלע באציאונגען מיט אים, אדער נישט רופן אויף קיין משפחה שמחות… מיר פארשטייען זייער גוט אז מיר קענען זיך אויף דעם נישט רישן. אבער אזויפיל האבן מיר קליפ און קלאר יא ערווארטעט, אז ווען עס קומט צוריק צו גיין א באזוך צו ר’ נפתלי הערש, זאל מען אים קלאר שטעלן, אז מען וועט קומען וואו נאר ער וועט זיך אויפהאלטן, אבער “אין א הויז אין א געגענט וואס טוט אזוי וויי מיין פעטער שליט”א, און איז א דירעקטע שטער צו די הארעוואניע פון מיין זיידן ז”ל, פארשטייט איר אליין אז איך קען נישט אריינטרעטן”… [קען זיך איינער פרובירן פארשטעלן וואס וואלט געווען ווען דער רבי שליט”א גייט בשעתו באזוכן האדמו”ר מסאטמאר שליט”א אין די בנינים פון “שערי חמלה”?! – וואס דארט איז עס נישט געווען קיין פערזענליכע שטער, נאר אן עוולה וואס מען האט געזען אין דעם ווייטן קרית יואל]
“איך האב נישט געוואוסט עס וועט אזוי וויי טון פאר סקווירא. איך וואלט עס קיינמאל נישט געטון”, זאגט דער וויזניץ-מאנסי רבי אויפריכטיג. שיין צו הערן, אבער דא איז נישט קיין ענין וואס מען פארלאנגט אן איבערבעטונג. יעדער וואס איז אביסל באקאנט אין אונזער היסטאריע מיט וויזניץ-מאנסי ווייסט אז די גאנצע געשעפט פון: האסט מיך וויי געטון, בעט מיך איבער, איך בין יא מוחל, נישט מוחל – האט נישט פארנומען קיין שום ארט ביי אונז. אפילו ווען עס איז געקומען צום רבי’ן פערזענליך האט מען קיינמאל קיין עסק נישט געמאכט. נישט ווען מען האט זיך אויסגעדרוקט צווייפלדיג אויב דער רבי האט נאך זכות אבות, ווייל מען האט צובראכן די טעלעוויזיע ביי הרה”צ ר’ יעקב יוסף’ס חתונה; נישט ווען מען האט מסביר געווען דער טעם פארוואס די געריכט האט זיך פארלייגט אויף אונז – ווען מיר זענען דורך דעם ביטער שווערער תקופה מיט די רעגירונג, און אויך נישט ווען מיר האבן חוטא געווען צו שתדל’ן פאר פדיון שבויים. געווען פעלער וואס נאך יענעם מוצאי שבת איז דער רבי שליט”א געגאנגען אויף משפחה שמחות און געשמאק פארברענגט אינאיינעם.
אזוי אויך געדענקען מיר נישט יעצט אנדערע ווייטאגן פון די פארגאנגענע יארן. מיר געדענקען נישט יעצט ווי מען איז געטאנצן אויף אונזער בלוט ווען מיר זענען דורך די “ברענעדיגע” תקופה, און יעדע פאר מינוט זענען געקומען נייע סטראשונגען וועגן מחאות, און פארלאנגען וואס אלץ מען ערווארט פון אונז, א שטייגער ווי גיין מבקר חולה זיין אין שפיטאל, וכו’, וכו’, אשר אין כאן המקום להאריך. עס ליגט אונז יעצט אויך נישט אין זכרון ווי האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א האט זיך אריינגעלייגט לייב און לעבן צו טרעפן שידוכים פאר מוסרים ומלשינים וועלכע זענען אונז דערגאנגען די יארן און אריינגעגעבן קלאגעס קעגן רבינו שליט”א – ביז זיינס א יונגערמאן, ביי וועם דער רב האט שטארק גע’שתדל’ט צו טון עפעס דערוועגן, האט זיך נישט געקענט באהערשן און מיט פארדרוס געפרעגט: “פאר די מוסרים זאל איך ארבעטן?!”
מיר האבן זיך אויך קיינמאל צווויסן געטון פון דער פאקט אז די עטליכע נחשלים וועלכע זענען נפלט געווארן פונעם ענן, האבן אלע געטראפן א אפענע טיר און אפענע אויערן, ביז אזש שידוכים פאר די קינדער, דארט ביי אים אין הויף… נו, דארט איז מען דאך מקרב רודפים – אנטשולדיגט: נרדפים? מורדים? נמרדים? איך בין שוין אינגאנצן צומישט… מען דארף מברר זיין ביי די היסטאריקער…
און אין זאג דיר עס, מיין טייערער חבר, מיט אן אמת: מיר האבן באמת פארגעסן פון די אלע זאכן, און אנגעהויבן א פרישע בלעטל. עס שטייט דאך פארט אז “העולה לגדולה מוחלין לו על כל עוונותיו”, און ווי יעדער קען מעיד זיין האט זיך עס אנגעהויבן אזוי שיין, אזוי ווארעם, אזוי ליבליך. סיי ביי די לויה זעלבסט, ווען אונזערע עסקנים האבן זיך אזוי אוועקגעגעבן צוצוהעלפן מיט וואס נאר מען קען – אויף וועלכע האדמו”ר שליט”א האט הערצליך באדאנקט ביי די שבעה; ווייטער ביים ניחום אבלים, ווען דער רבי האט אזוי משפחה’דיג פארבראכט א לאנגע צייט מיט נאסטאלגישע זכרונות; דערנאך ווען האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א איז געקומען א באזוך ביים רבי’ן שליט”א – וואס אפגערעדט פונעם רבי’ן שליט”א, אבער אפילו דער גאנצער עולם האט אזוי מיטגעלעבט דעם שיתחדש המלוכה און אזוי ארויסגעקוקט, און קוקט נאך ווייטער ארויס, עס זאל וואקסן און בליען לתפארת אבותיו הקדושים. די זעלבע ווען האדמו”ר שליט”א איז געקומען ביי די שמחת הנחת תפלין פון רבינ’ס אייניקל, האט עס אויסגערופן אזא געוואלדיגע התרגשות ביים גאנצן ציבור, מען האט אים באלד מכבד געווען מיט א שיינע רביש’ע שטול – ווי עס פאסט, און עס האט זיך פארצויגן הארציגע שמועסן מיטן רבי’ן שליט”א – ווי עס קענען עדות זאגן די גבאים און מקורבים וואס זענען דערביי אנוועזנד געווען.
ממילא, “איך האב יא געוואוסט, נישט געוואוסט”, דאס איז נישט דער נושא דא. מיר פרובירן מיט אלע כוחות צו היטן אויפן שטעטל פונעם מייסד דעם רבי’ן ז”ל, און יעדער נארמאלער פארשטענדליכער מענטש האט פארשטאנען אז היות וואס דארט טוט מען וויי סקווירא, שטייט מען ווייט דערפון. דאס איז יעצט געבראכן געווארן. מיר זענען געשעדיגט געווארן. און מיר דארפן אויסדריקליך אז דאס זאל ווערן פארראכטן.
מיר דארפן נישט קיין התנצלות און מיר באגנוגען זיך נישט מיט קיין פארווע פארוואסערטע ווערטער. מיר דארפן תכלית. דער בראקער זאל אפהויערן פון אונזער געגנט, און עס זאל זיין קלאר, אן קיין ספיקות, ביי יעדן איינציגסטער איד אויפן כדור העולם אז האדמו”ר מוויזניץ-מאנסי שליט”א האלט אויך פונקט ווי אלע אנדערע רבנים און גדולים, אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צו קומען וואוינען אין אונזער גלילות, און דעריבער גייט מען נישט קיינע באזוכן ביי הייזער וואס גייען קעגן דעת קדשו. הא ותו לא.
ווילאנג דאס וועט נישט פאסירן, וועט יא זיין א שטארקע טיפע אומהיילבארע ווייטאג. וואס וועט נישט זיין? עס וועלן נישט פליען קיין סאדע באטלעך פון די פענסטער ווען האדמו”ר שליט”א וועט קומען אויף שמחות; עס וועלן נישט שטיין רייען פון קינדער וועלכע וועלן שרייען לאכן און שטופן דעם קאר ווען האדמו”ר שליט”א גייט און קומט; עס וועלן נישט זיין קיין קופקעס מעתה ועד עולם אין די ישיבות און כוללים, וואס וועלן דוסקוסירן און פאליטיזירן טאג און נאכט, און נישט יעדע וויזניץ-מאנסי איד וועט ווערן אויפגענומען מיט האס און שנאה. ניין, די אלע זאכן וועלן נישט זיין. די אלע וואס שמעקן פולווער פון מחלוקת וועלן זייער שנעל אנטוישט ווערן, און ביי די שמחות אין משפחה וועלן אלע אנטריסטעט ווערן ווי אלעס וועט זיך פירן ווי געווענליך, על צד היותר טוב.
אבער, ווילאנג דאס וועט נישט פארראכטן ווערן, וועט בלייבן טיפע ווייטאג, און א שטאנדהאפטיגע תביעה. דאס, און נישט מער. דערווייל וועלן מיר זיך מחזק זיין אין ממלא זיין דעם רצון פון רבי’ן ז”ל, מוסיף זיין אין תורה ועבודה, זיין ווייטער אפגעהיטן בקדושה וטהרה מיט אלע גדרים וסייגים, און אונזערע תלמידים ותלמידות וועלן ווייטער מקדש זיין שם שמים!
און מיר קוקן ארויס, לעכצן און זענען מתפלל, אז מען זאל בסך הכל פארשטיין וואס מיר בעטן, פאררעכטן וואס מען האט קאליע געמאכט, און העושה שלום בין שביבים ורביבים, הוא ימלא רחמים טובים וקרובים להושיע ולהרגיע, להבטיח להניח כל קהלות הקודש, און דאן וועט זיין ומראשיהם ייטיב אחריתם, די קירבה און נאנטשאפט וועט זיין אויף אזעלכע שטאפלען, ווי קיינמאל בעפאר. הלואי, מי יתן…
ווי עס שרייבט מיט ווייטאג און האפענונג
דיין חבר מאז ולתמיד