מאת אנטווערפענער
ס’איז כדאי צו וויסן דעם אמת ארום די מערכה אין אנטווערפן די וואכן פון אמור בה”ב במדבר.
די תלמוד תורה פון בעלזא איז געדעקט פון די שטאט. לכבוד דעם לערנען אינגלעך ביז אכט יאר אלט! ביי לערערינס בעלגישע גויטעס, און נאך פילע ענינים פון חינוך און השקפה וואס זיי געבן זיך אונטער פאר דעם גוי אלעס וועגן בצע כסף.
מיין נישט פאר איין רגע אז דאס איז אנע רשות און קלארע אנווייזונגען פון די הויכע פענסטערס.
זיי האלטן בעפאר זייער דינער פאר די תלמוד תורה. (אויך איז געקומען די צייט וואס זיי ווילן בויען אין זייער הויף א שפיל-פלאץ מיט גליטשערס און קריכערס וכדו’, און די שטאט האלט דאס נישט ביים דעקן). האבן זיי אנגעהויבן א געלט אקציע קאמפיין.
קודם האבן זיי געהאנגען צעטלעך אין אלע גאסן און בתי מדרשים ‘אנטווערפן איז איינס’, ‘על הצלת חינוך העתיד’, על צאצאינו ועל דורותנו’, און נאך ענדליכע סלאגאנען, דאס איז געווען אנע נאמען פון א מוסד אדער ווער ס’פאררופט דאס. (בחוצפה ועזות האבן זיי געלייגט אויף די פלאקאטן בילדער פון אלע שולן אין מוסדות אין אנטווערפן, פון די פרומסטע ביז די פרייעסטע, כאילו אלע זענען דא בעצה אחת ח”ו).
דאס אליין איז א חוצפה און א פארדארבנקייט, ווייל יעדער ערליכער איד האט געמיינט אז ס’גייט זיין עפעס א עצרת וועגן די גזירת החינוך אין אנטווערפן, אדער אפשר גייט קהל מחזיקי הדת אנהייבן עפעס טוען וועגן טעכנאלאגיע וכדו’. אבער פאר די בעלזער שטערט נישט צו שפילן אויף די געפילן פון הייליגע ענינים כדאי אויסצופירן וואס זיי ווילן.
דערנאך איז א טריט ווייטער. ביד”צ מחזיקי הדת שרייבט אונטער א לאנגע בריוו ווי בחתימת די דריי רבנים פאדערן זיי אויף אלע אנשי העיר צו משתתף זיין אין די בעלזער כינוס ער”ח סיון. (באמת, אין אנטווערפן איז קיין איין בית מדרש נישט צו שטארק צופרידען מיט הנהלת קהל מחזיקי הדת, בפרט סאטמאר האט גארנישט קיין מגע משא מיט זיי, ווייל זיי זענען דאך אויסגעשפארכענע ציונים עריצים. אבער! בעלזא, איז די איינציגסטע קהילה וואס רוב עולם עסט פלייש פון די אנדערע קהילה, און זיי זענען די איינציגסטע וואס נעמט נישט דעם רב פון מחזיקי הדת פאר סידור קידושין).
והשלישית וואס האט יעדער נארמאלען מענטש ארויסגענומען פון די גלייכגעוויכט, דעם פארגאגענעם שבת פר’ בה”ב (אין דעם שב”ק וואס זיי האבן ארויסגעלייגט אין אלע שולן קאפי-גלעזער מיט זייער סימבאל ‘אנווערפן איז איינס’, אזוי ארום ‘איינצונעמען די שטאט’), האבן זיי אויסגעלייט א בלעטל לקראת ולרגל זייער דינער, האבן זיי געשריבן אז יעדע האלבע שעה ביים דינער וועט מען זאגן ברוב עם תפילת השל”ה, און צו דעם א רשימה פון אלע רבנים דיינים און ראה”כ ושיינע אידן פון שטאט וואס וועלן באשיינען, דער אין דעם זמן און יענער אין יענעם זמן.
איז אזוי, אלעס איז שקר וכזב, דער רב פון בית-קל האט זיי געזאגט איך וועל זיין דעמאלטס אין ארה”ק, וויזניצער דיין האט זיי געזאגט איך וועל זיין ביים דינער אבער איך בין נישט מסכים מ’זאל לייגן מיין נאמען, אזוי האט אויך קלאר געזאגט שאצער רבי, פרימישלאנער רבי האט זיי געזאגט איך קום נישט צו ענק, די צוויי סאטמארע מו”צ האבן זיי בכלל נישט געפרעגט, וכו’ וכו’, גענוצט די נעמען אין בילדער פון שולען און רבנים כאילו יעדער ארבעט פאר זיי וכדו’.
שבת האבן זיך געקאכט אין אלע שוללען, בפרט בבית מדרשו פונעם פשעווארסקער רבי’ן שליט”א, וואס כידוע איז ער עומד בראשי מערכת קודש קעגן דעם מנהיג הגדול זייערער, מ’האט געזאגט אז דער רבי האט אין שטוב פארדאמט זייער אוועקשטעלן א בילד כאילו סאטמאר מיט מזרחי זענען איינס געווארן ח”ו, אין יאקאב יאקאב סאטמאר (מהרז”ל) איז געווען א שמועס פאר’ן ליינען, און שארלאטעליי סאטמאר (מהר”א) האט איינע פון די דיינים מפרסם געווען ברבים ביי א שמועס שבת נאכמיטאג אז מ’האט מיט זיי נישט קיין שייכות און ס’האט זיך גארנישט געטוישט, דער אנדערער מו”צ האט אויך מוצ”ש ביים שיעור מפרסם געווען אז מ’זאגט זאכן בשמם שלא ברשותם.
היינט זונטאג במדבר. מו”צ סאטמאר שארלאטעליי האט געהאנגען אין די היימישע שולן א גילוי דעת אז סאטמאר איז אייביג געווען מובדל פון זיי אויך יעצט איז גענוצט געווארן זיין נאמען בגזילה ‘ובזה יצאתי ידי חובת מחאה’. און סאטמאר יאקאב יאקאב סאטמאר האט ארויסגעלייגט א קלארשטעלונג אז מען האט גענוצט זייער בילד און זיגעל בגניבה וגזילה, ‘אנחנו ממשיכים לקיים פסק ביד”צ עדה החרדית ושאר הצדיקים נבג”מ שפסקו הבדלו מתוך העדה הרעה הזאת ומנהיגם’.
אויך איז געווען אויסגענהאנגען אויף די גאס ביי די צוויי סאטמארע שולן א שילד ‘אנווערפן איז נישט איינס’! עהרליכע אידן זענען נישט איינס מיט די וואס חבר’ן זיך מיט מזרחי.
(בעלז אין אנטווערפן -ווי איבעראל- איז א גרויסע שטעהר פאר עניני חינוך הטהור בגלוי ובסתר).
א רב אין א גאר שוואכע ביהמ”ד (א בעלזאי) איז געזעהן געווארן אראפ רייסן די צעטלעך פארנט פון סאטמאר ביהמ”ד אויף די יאקאב יאקאב.
דא איז ביייגעלייט עטליכע פון די קול מחאה צעטלעך.