לכבוד הרב שאולזאהן נ״י
כה לחי אייער יעצטיגע דרשה וועגן סאטמאר איז פערל ווערטער
נישט נאר דארף סאטמאר טאנצען נאר איר האט געלערנט סאטמאר טאנצען
יונגעלייט אין סאטמאר וואס האבען נישט געקענט דעם רבין ז״ל לאכין און וויינען צוזאמען
און די אלטע סאטמארע זעהן נעבעך וואס פאר א חוזק זיי זענען געווארן ביי די גאס
אין סאטמאר ביי די זאליס איז היינט א תענית ווייל א ספר תורה איז ל״ע אראפגעפאלן גייען ארום די עסקנים און טיילן דעם ספר מעלות התורה תולדות פון רבי שמואל אויערבאך זייער נייער סאטמאר רבי
און דערווייל אויף דף תכ״ח שטייט דארטן אין ספר אז הרב אויערבאך האט געזאגט אז הרב אלישיב איז געווען הייליגער וויא דער בית קדשי קדשים לפני ולפנים בזמן שבית המקדש היה קיים
לויט דעם קען מען נעמען דעם ״ויואל משה״ און ווארפן אין שמות בוידעם רח״ל
און הרב טודרוס זאגט בשם רבי זלמן לייב סאטמאר רבי אז יעדער ווארט וואס רבי שמואל אויערבאך זאגט איז קודש
נאך ברענגט דארט דער ספר אז רבי שמואל האט געזאגט אז דאס יודישקייט אין אמעריקא האט אויפגעשטעלט הגאון הנורא רבי אהרן קאטלער ואתו עמו הגאון רבי משה פיינשטיין ער דערמאנט ניטאמאל דעם סאטמארער רבין רבינו יואל בכלל נישט
דאס איז ממש געווארן פון סאטמאר
אלה א-קיך סאטמאר
רבי שמואל אויערבאך איז ענקער נייער רבי
און דער ראב״ד פון די עדה החרדית איז דער נייער אפיקורס ושבתי צבי
ונהפוך הוא
סאטמאר איז געווארן א גאנץ יאר פורים