● איך דארף מיר מקבל זיין…
○ נישט צו רעדן ביים דאווענען
○ אוועק ווארפן די סמארט פאון
○ שלום מאכן מיט מיינע שונאים
○ בענטשען אינעווענדיג
○ זיך וואשן פאר פת שחרית
○ שעות פון טאג לשון הרע פריי
○ לערנען טעגליך חפץ חיים
○ לערנען די טעגליכע חק שיעור.
● 40 טעג…
○ צינדן לעכט לע”נ הרה”ק ר’ מענדל מ’רימוניב זי”ע
○ זאגן פרק שירה
○ לערנען אור החיים
○ זאגן פרשת המן
○ זאגן שיר השירים
○ זאגן תיקון הכללי
○ זאגן נשמת
○ 40 פרויען זאלן חלה נעמען
און פאר איך פארגעס … זיך מקבל זיין עס צו מפרסם זיין…
● איך דארף…
○ געבענטשטע מטבעות פון יעדע אדמו”ר בעולם
○ עסן אתרוג קאמפאט
○ טרינקען אייר וואסער
○ זאפט פון מילגרוימן וואס האבן געהאנגן אין 7 סוכות
○ מתפלל זיין אין די 9טע חודש 9טע טאג 9טע שעה 9טע מינוט פאר 9 מינוט
○ טראגן א ה’ קייטלעך
○ דרייען (כישוף..?) קייטלעך
○ זרוע אין די בוזעם טאש
○ שטיינער פון די חושן
○ עסן די אויג פון א פיש
○ טרינקען פון די מעיין הבעש”ט
○ שמירען הבדלה וויין
○ עפענען די טיהר ביי שפוך חמתך
○ קויפן די וואנדערליכע סגולה רינגל
○ מאכן שליח הקן ביי כהנא
○ באקן ציגעל מיט מיין נאמען
○ קויפן די עליות זאת חנוכה
○ און קלעבן פיקטשער’ס פון ר’ ישעי’לע א”לל אווע”ר
● איך דארף זיין…
○ יעד’ן ערב ראש חודש אין ריבניץ
○ כ”א אדר אין ליזענסק
○ ג’ אייר אין קערעסטיר
○ ל”ג בעומר אין מירון / באבוב (תרתי דסתרי..?)
○ שבועות אין מעזשביש
○ אין עמוקה
○ אין יבניאל
○ און אין צאנז מיט ללכת.
● איך דארף געבן געלט פאר…
○ ר’ אלימלך’ס אייניקלעך
○ בת עין’ס ת”ת אין צפת
○ סגולות הרשב”י (ח”י ראטל)
○ מעיין הישועות (פריעדלענדער)
○ ר’ ישעי’לס הויז (רובין)
○ רב להושיע
○ קופת העיר
○ אתרא קדישא (כופר נפש)
○ כולל שומרי החומות
○ כולל חבת ירושלים
○ אהבת ציון זינבינבערגען
○ דריקן זרע שמשון
○ 19 פרוטות פאר ראדעשיץ
○ ר’ טובי’ מאיר’ס חסדי טובים מאורות.
און אחרון אחרון חביב
● איך דארף אריינגעבן מיין קרעדיט קארד פאר
○ תהילים כולל
○ כולל חצות
○ קומי רוני – נאכט וועכטער
○ עיני הישועה
○ סגולת ירושלים
○ תהילים ריבניץ
○ רעב. אדל מילער
○ הרב יונה לייב לעבל
○ כולל מהרח”ו
○ מוסדות קבר רחל.
איר זענט צומישט? איך אויך! אבער דאס איז די מציאות! פאר א סיבה זענען מיר באטיטל’ט געווארן אלס די עם “סגולה”..!
קאמענטאר’ן זענען (נישט) איבריג, און אדרבה אויב ווייסט איר נאך ‘ריכטיגע’ ‘אמת’ע’ ‘אויסגעפריווטע’ ‘געלונגענע’ ‘פארזיכערטע’ ‘בדוק ומנוסה’דיגע’ ‘מקובל’דיגע’ ‘מסורת’דיגע’ ‘קראנטע’ ‘וואונדערליכע’ ‘ספרים אראפ געברענגטע’, עצות, סגולות, קבלות, געדאנקען, שטותים, איינרעדענישן, בויך ווי, קאפ פארדרייענישן, באבסקע סגולות, וואס האט שוין געברענגט צו ‘טויזנטע’ געהאלפענע, אויפגעראכטענע, גליקליכע, צופרידענע, דאנקבארע, פרייליכע, געזונטע, מענטשן…. ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און זיין מודיע אז נאך הונדערטע יודן זאלן קענען הנאה האבן דערפון.
בתודה למפרע