מאת : יצחק שטרן
נעכטן האט מען דא ארויף געלייגט אגעדריקט’ע דרשה פין מנשה פילאפף מראשי הזיבלונים, אין נאכן ליינען וואס ער זאגט מוז מען זאגן איינס פין די ביידע, אדער איז ער אגרויסע צבוע, אדער ליידער איז ער נישט א געזונטער פערזהאן אין מ’ברויך עם בהאנדלען מיט פאסיגע מעדיצינען וואס זענען געמאכט געווארן פאר אזעלכע מצבים,
אין זיין דרשה א’טאקירט ער דעם סאטמערע רבי שליט”א וואס האט גרעדט ביים כינוס הכללי פין אכצעהן טויזענט יראים ושלימים כן ירבו אז ד’פעטער זי”ע איז געווען דער איינציגסטער וואס איז ניצל געווארן פין די הענט פין די דייטשען ימ”ש מיטן בארד גאנצערהייט,
שרייט מנשה גיוואלד אז דאס איז א מתכבד בקלון חבירו צי זאגן אזוי, וייל אנדערע רעביס אפילו גאר גרויסע האט מען יא אראפ גענומען דאס בארד, אין מיט דעם וואס מצייכנט אזא עובדא איז דאס פשט אז מהאט בארעדט האט די צדיקים,
יעצט, אפ גרעדט אז דער מנשה האט שוין יארן גרעדט כל דבר אסור אויף ד’רעביס פין ד’ אגודה, נאר אין דעם דרשה אליין רעדט ער אויף זיי, אין ער שרייבט אז זיי געגאנגען אויף א אנדערע וועג ווייל מהאט זיי פארפירט, אין זיי האבן זיך געלאזט אפ נארן פין זייערע גבאים אין מקורבים, אין יעדער פארשטייט וועם ער מיינט,
נאר אזוי איז ד’וועג פין ד’זיבלונים, “איך מעג, אין די נישט ” !