א מענש איז בלויז א מענש און קיינעמ’ס בארד איז נאך נישט ווייס געווארן פון יענעמס צרות (אזוי זאגט מען..) אבער דאך, היינט נאכט האב איך פארלוירן היבש ביסל שלאף איבער א קאפירטער פרעס ארטיקל אינ’ם בעולמם.
בעצם דער סיפור וועגן די עושק וגזל פון די באשעפטיגטע וואס איז אין דער אגודה’ס גאווערנמענט-פונדעד קינדערגארטן’ס איז אלט און בעקאנט. יעצט ווערט גאר נסתבר דאס דער פרסום האט נישט דערשראקן קיין פויגל, ואדרבא ס’קומט הערויס דאס דער רויב איז צוטאג גאר דער נארם אין אלע חינוך עצמאי מוסדות, און די שוידערליכע פובליצירטע סטאטיסטיקס דערשלאגן די חושים אוןנבלייבן שטעקן ווי פויסט אין האלז.. ולא עוד, סקומט צו ליכט דאס סא’יז גאר דא א קשר של רשעים מיט’ן (בית-היהודי לינק מזרחי) משרד החנוך וועלכער צ’ענלט און ברויך קאנטראלירן די מענעג’מענט אויף די געלטער העלפט צו די קרימינאלע מיט א סיסטעמאטישן בלינדן אויג איבער די “מנהגי שוד העניים” שתחת דגל רבותנו מאורות התורה והחסידות שליט”א. און סאיז שטארק מסתבר דאס ס’איז גאר א קואליציה ארטיקל צו לאזן דעם חינוך עצמאי צו זיין דער שמאלץ גרוב אויף אן אומקאנטראלירטער פונדס צ’ענל פארן תורה פארטיי.. און טאקע צו האבן די אומגעשטערטע מענעג’מענט אויף ביליאנען דאלערס בודג’עטס איז טאקע א “תענוג רוחני..” און אונזערע עסקנים זענען נאך נישט באפרידיגט מיט די קלאסישע נומערן שפיהל וכדו’ נאר זיי האבן זיך אויך צוגעוואשן צו לחם עוני פון די פארצרה’טע לערערס און לערערינס.. יעצט בלייבט אונז בלויז צו געוויער ווערן דעם האש האש סוד ווער און וויאזוי טוהט מען דא דעם גרויסן מזומן-בענטשן..
ס’איז גאר טרויעריג צו בעטראכטן דעם פאקט דאס דער נבלה סיסטעם טוהט זיך זעלבסט-פאראייביגן ביי באשעפטיגן א פארצרה’טע שטאב וועלכע זאלן פראדוצירן מטבע הדברים אן מינדערוויריגער שלימזל דור וועלכער וועט זיך רייסן איבער די צרה’לייד חינוך-העצמאי ג’אבס בכל תנאי ווייל זיי זענען נעביך אומגעוואונשן אין די אלגעמיינע באשעפטיגונגס מארקט..
פון דאנען ווערט אביסל גרינגער צו פארשטיין די עקסטראוואגאנטע דרכם בקדש פון מאורי ומנהיגי הדור שליט”א ווי למשל דער הייליגער רבי רב סרולצ’ה וועלכער וויל דינען דעם הייליגן ליבן באשעפער אין מאכן דעם ימים נוראים אאויוועיוועיי בום באם באם בע בע בע.. אין א הונדערט מיליאן דאלער קאתידראלע בעסמהעעדריש דייקא..
און טאקע פארוואס נישט.. ווען די צייטן זענען אזוי וואויל און גוט.. ואני ולבי יודעים דאס רבי סרולצ’ה וועט האבן זיינע ארבעים וחמש מיליאן דאלער צום לעצטן גראשן לאנג לאנג איידער דעם מינדעסטער פארבעסערונג אין די לאגע פונן די בארויבטע חינוך העצמאי שלימזל לערערס.
אוי הימל וואס ווערט פון אונז..
יהודי פשוט