כבוד ר’ חיים שיחי’,
אלס אן איינוואוינער אין שיכון סקווירא האט מיר זייער געבאדערט די קעפל וואס איז געווען אין ‘בעולמם של חרדים’: “סקווירא מעדיפה גויים בלבוש חצוף מאשר חרדים העלולים לשבור להם את השליטה המלאה על תושבי העיירה”, און איר הייבט אן מיט די ווערטער “אחד הדברים הקשים להבנה”, אז עס איז נישט צום פארשטיין ווי סקווירא איז מעדיף גויים איבער אידן אין זייער גלילות.
ר’ חיים, היות וואס איך בין אייך מעריך אלס איינער וואס איז גרייט צו זאגן דעם אמת אפילו עס איז נישט אזוי פאפולער, וויל איך אייך פרובירן געבן צו פארשטיין:
עס זאגט זיך זייער גרינג און הערט זיך גאנץ זאפטיג אז סקווירא וויל נישט מען זאל וואוינען אין די מייל, ווייל עס וועט זיי צוברעכן השליטה המלאה על תושבי העיירה, אבער לאמיר אריינגיין א משהו טיפער. אין שיכון סקווירא איז איינגעפירט געוויסע יסודות און הנהגות אין אידישקייט וואס איז נישט דא אין ערגעץ אין דער וועלט. א שטייגער ווי די גאסן זענען אפגעטיילט פאר מענער און פרויער; פארפעלקער גייען נישט שפאצירן צוזאמען אויפן גאס; עס זענען נישט דא קיין קאמפיוטערס אין די הייזער; די צניעות ביי די נשים איז אויף אן אנדערער סטאנדארט: עס זענען נישט דא קיין אויפגעדעקטע שייטלען וכו’ וכו’.
אזוי אויך בכללות לגבי די שטעטל: עס זענען נישט דא קיין רעסטוראנטן; עס איז נישט דא קיין איין פלאץ וואו מענער און פרויען קענען זיצן צוזאמען און עסן א נאכטמאל; עס זענען נישט דא קיין סווימינג-פאלס אין סקווירא; עס זענען נישט דא די רוישיגע שאפינג צענטערן מיט שרייעדיגע שוי-ווינדאוס; די געשעפטן ווערן פארמאכט אין די פריע שטונדן, עס איז נישט דא קיין איין פלאץ ווי די נוער נושר קען מאכן הענג אוטס וכו’ וכו’ וואס איז פאר דיר און יעדן איינעם זייער גוט באקאנט. די איינציגסטע פלאץ אין דער וועלט וואו עס וואוינען איבער 1500 משפחות און דער גאנצער ציבור האלט זיך אויף אזא סטאנדארט.
און דאס איז א זאך וואס מיר וואלטן זייער געוואלט קענען אנהאלטן!
און היות וואס דאס זענען זאכן וואס רוב רובם של ישראל האלט נישט אן – אודאי זענען איבעראל דא יחידים וואס יא, אבער על כל פנים באופן פון הנהגות וואס גייט אן אויף דעם גאנצן עולם בכללות איז שיכון סקווירא די איינציגסטע פלאץ אויפן ערד-קוגל, איז דעריבער זייער וויכטיג פאר אונז צו בלייבן אפגעזונדערט פון אנדערע ערליכע אידן – טאקע יראים ושלמים, אבער וואס פירן זיך נישט אויף אונזער סטאנדארט.
מיר זענען מקרב יעדע סארט איד און מיר זענען מחשיב יעדן איד; מיר קוקן חלילה נישט אראפ אויף קיינעם, אבער ווי נישט ווי איז דער סקווירא רבי ז”ל אנטלאפן פון שטאט סיי מען זאל נישט וואוינען צוזאמען מיטן גוי, אבער פונקט אזוי אז מען זאל נישט ברענגען קיין ראי’ פון אנדערע ערליכע אידן וואס לעבן נישט מיט די גדרים און הנהגות וואס ער האט געוואלט ביי זיין עולם.
דאס איז די סיבה פארוואס עס שטערט אונז ווייניגער גוים ווי להבדיל אידן, ווייל פון דעם נידריגן גוי ברענגט קיינער נישט קיין ראי’ און מען לערנט זיך נישט אפ. ווידעראום ווען מען וועט טאג טעגליך זען ווי אידן מיט ווייסע זאקן און לאנגע בערד שפאצירן געמיטליך מאן און ווייב, אדער פארברענגען געשמאק אין רעסטוראנט, וועט עס אפקילן אונזערע געפילן פון די אלע סארט זאכן וואס ליגט אונז איינגעווארצלט די לעצטע זעכציג יאר כולם שוים לטובה. [אגב: צו בארואיגן אלע געמיטער: עס זענען דא הויכע דיקע ביימער צווישן די הייזער און די אומווירדיגע סווימינג פאלס און ווי עס פעלט אויס האט מען געבויעט הויכע צוימען…]
דעריבער, אויב דאס האט איר געמיינט מיט שליטה מלאה על העיר, אז מען וויל פארזיכערן עס זאל זיך ווייטער פירן אויף דעם שטייגער, האט איר זייער גוט צוגעטראפן.
צום שלוס ר’ חיים, א ווארט מעומק הלב: איר זענט דאך יא א בר-דעת, און איר פארשטייט זייער גוט אז צו קענען אנהאלטן אזא סארט שטעטל אין יארע 2018 איז ווייט נישט גרינג, און אז עס וועט ווערן אויסגעמישט אלס איין קוגל מיט די מאנסי אידנטום וועט נישט דויערן צו לאנג און מיר וועלן באקומען אלע הלכות פון א שטאט, מיט שאפינג-צענטערן און רעסטוראנטן; הענג-אוטס און מאדערנקייט – א זאך וועלכע מיר ווילן פאר יעדן פרייז פארמיידן.
אזוי שווער צו פארשטיין?!
צו מיר וועלן מצליח זיין? אפן גערעדט: מיר זענען אנגעוויזן אין די הילף פון אונזערע ברודער אחינו בני ישראל, וועלכע זאלן באגרייפן אז דאס גאנצע וואס מיר לעכצן און שטרעבן איז אנהאלטן אונזער הייליגן שטעטל אויף די זעלבע יסודות פון די פארגאנגענע 60 יאר. און ב”ה ממש רובם ככולם פארשטייען און שטעלן זיך צו. איי עס זענען דא יחידים וואס נישט? דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס טוט אונז אזוי וויי, וד”ל.