שמעו נא רבותי, דיינים מומחים.
• כמונו כמוכם, איך בין נישט געגאנגען צום ארונישן כינוס אין נעסאו
• פינקט ווי איך גיי נישט זייער כ”א כסלו דינערס (מעג זיין פול)
• פינקט ווי איך גיי נישט צו זייער ל”ג הדלקה (מעג זיין רבבות)
• פונקט ווי איך גיי נישט צו זייער הקפות (מעג זיין מורא’דיג)
• פונקט ווי איך גיי נישט צו קיין איינס זייערע אנדערע מסיבות’ן וואס מעגן זיין שיין, פול, הערליך און סוקעסעספול.
אבער למען השם, וואס איז די משוגע ווערן אז זיי מאכן א כינוס?
האלסט אז ס’איז נישט אויסגעהאלטן, NO PROBLEM. איגנאריר עס.
העלאו, ווילסט זיך פאפן אז ער פילט נישט אן די ארמארי יעדעס יאר כ”א כסליו. ביזט חולה מסוכן אדער וואס?
העלאו, זיי נישט קיין בעיבי און נעם עס דיר אריין אין קאפ.
איין יאר, זענען מיר געגאנגען אין קרוינהייטס, איין יאר גייען זיי. איין יאר גייען מיר אין וויליאסבורג ארמארי איין יאר זיי.
די ארמארי וועט גארנישט קלענער אדער גרעסער, און אונזערע און זייערע מענטשן אויך נישט.
יא, זיי האבן אנגעפילט נעסאו קאלעסיום פינקט ווי מיר האבן אנגעפילט בארקלעי א יאר צוריק. איז וואס?
וואס איז עס דיך מחייב און וואס איז עס אונז נוגע?
צי וואס האבן די משוגעים און ראדיקאלן ביי אונז אנגעהויבן טארענען אז דער ראב”ד קומט און מ’דארף פירן מיט אים א מלחמה כבדה?
1. געוואלד, זענען מיר משוגע געווארן אדער וואס?
2. האמיר פארלירן דעם שכל הישר און געכאפט נערוון אטאקעס ביז סועסייד?
3. פארוואס האט דער רבי אים נישט אויפגענומען ווי דער דרך העולם פונקט ווי אהרן האט אויפגענומען דעם גאב”ד אלע יארן?
4. וואס האט דא פאסירט מיט אונז?
5. צי וואס האמיר געלאזט אונזערע ישיבות אנספרעיען גראפיטי אויף אלע ווענט מיט דברי בלע, קללות חירופים וגידופים קעגן רבי משה שטערנבוך?
6. צי וואס האט מען געגעבן פאר די בחורים ספרעי, ביי די גרוסע חתונה אין עטרת אברהם ה’ בהעלותך, בפרהסיא.
רבונו דעלמא כולא מיר האבן אזוי געפאָאָטש אז ס’איז א פחד, און די שטוב מענטשן פון רבי’ן האבן דעם רבי’ן שליט”א און אונז אלע אריינגעפירט אין א מים שאין להם סוף, פון וואו ס’איז נישטא קיין וועג ארויס.
איז דאס דער אונזער חינוך הבנים וואס מיר פלאגן זיך א גאנץ יאר אריינצולייגן אין זיי תורה און יראת שמים און מדות טובות?, אז מ’שרייבט שר”י אויף א פוסק, לאמיר זאגן ער איז נישט מיין פוסק ער איז אבער א פוסק אין די עדה החרדית, און דינט דארט כהיום אלץ ראש בית דין?
איז דאס וואס מיר האבן אייביג געזאגט אז יעדער וועט קענען טאן וויאזוי ער פארשטייט?
האט טאקע דער רבי אליין טאקע געדארפט אריבער רופן ר’ שמעיה גרינבוים און אים זאגן נישט צו גיין און נישט אויפצוטרעטן ביים כינוס?
האבן מיר גענומען חשיש? בראוניס? עקסטעזי? ווער האט אונז אנגעדראגט וועגן א כינוס אין נעסאו, וואס האט מיט אונז גארנישט, קיין שום שייכות נישט?
אקעי, ס’איז דאס וואס זאגן אז מ’דארף פירן א מערכה וייל זיי רעדן נישט פון גיוס, אדער אהרן שרייט אז ס’איז נישטא קיין גזירה.
אקעי, איך הער. פיין. מיר זאגן ס’איז יא דא א שרעקליכע גזירה, און ער זאגט אז ס’איז נישטא קיין גזירה. WOW
איז עס טאקע די ערשטע מחלוקה ביי כלל ישראל?
און אויב ס’איז יא א מחלוקה, וואס פונקטליך האלט דושינסקיא, וואס פונקטליך האלט תולדות אהרן?, וואס פונקטליך האלט’ן אלע ערליכע קהילות אין די עדה החרדית?
• שטעלן זיך זייערע בחורים צום לשכת הגיוס. יא אדער ניין?
• שטעלן זיך אונזערע בחורים פון סאטמאר צום לשכת הגיוס. יא אדער ניין?
• מ’מאכט דאך פון אונז דאס גענאר, אז אונזערע בחורים קומען אויף שמחת תורה. סאו שטעלן זיך יא צום לשכת הגיוס אדער נישט?
וועמען פונקטליך מאכט דא לויזיג?
און ווען מיר רעדן פון גזירות הגיוס א גאנצן טאג, און ער וויל יעצט רעדן פון על הגאולה אדער שלוש שבועות
איז עס יעצט געווארן אפיקורסות?
רבונו דעלמא כולא, פארוואס האבן די צעחושטע ברואים ביי אונז, אונז געמאכט ללעג ולקלס און אונז דעוועלאפד פאר צעדרייטע משוגעים וואס קענען נישט הענדלען א צווייטנס סוקסעס…
רבותי, דאס לעבן גייט אזוי. איין טאג גייט מיר גוט, מארגן גייט יענעם גוט. TOO BAD! קיינער ווערט נישט קיין אפיקורס ווייל איך וויל אזוי.
איך האב נישט געהערט זייערע דרשות און זייערע פרעפלעראציעס ווייל עס אינטרעסירט מיר נישט.
דאס האב איך האב געהערט פון מיין שוואגער אז ער האט געהייסן אלע ישיבות מאכן שיעורים אין על הגאולה ועל התמורה
האט מען פאר דעם נישט אויפגענומען שטערנבוך און אנגעפירקלט די גאסן שר”י?
האבן די ארונים אנגעהויבן א ווילדע מערכה אז מיר האבן געמאכט א מערכה מיט א צרפת וואס האט זיך נישט גוט געענדיגט (בלשון המעטה) וד”ל.
האבן די ארונים אנגעהויבן א ווילדע מערכה מיט אונזער גייען מיט הגאון האדיר רבי שמואל אויערבאך / פינטאו, וואס האט געמאכט א פארטיי צום כנסת?
די ארונים זענען טאקע דערקעגן – אבער האבן זיי אנגעפירקלט די גאסן און געמאכט פאשקעוילן שר”י?
זאל מיר קיינער נישט פארדרייען מיט די שיטה, ווייל איך קען די שיטה פונקט אזוי גוט ווי אלע סאטמארע חסידים פון ביידע פארטייען.
מיר זענען אריין אין א שיטה לא נודע למי דורך עקסטרעמע ראדיקאלן וועלכע האבן נישט גע’חלומ’ט אז זייער כינוס וועט זיך למעשה יא אויסארבעטן. און זענען מיאוס דורכגעפאלן און בינתיים האמיר טויזענטער קינדער צאן קדשים, וועלכע זענען געווארן די קרבנות אויפן פאליטישן שאך-ברעט.
פ א ר ו ו א ס?
שורה התחתונה:
עס איז פאליטיק – שלעכט געהאנדלעט.
אין ענגליש הייסט עס סועסייד