דוד יואל קליין פרעגט בשם די הנהלת המוסדות און בני ברק: “וואס האט שוין ווייטער פאסירט אין סאטמאר בני ברק”???
זיי פרעגן אזוי שיין, וועלן מיר טרייען אביסל צו הענטפערען.
איך וועל הענק געבן אביסל נקודות צו פארשטיין וואס דא גייט יעצט פאר.
און דעם הייליגן טאג יום כיפור איז געזעצן וואלוי ווייס די טאטע פון איציק און הערשל חבר הנהלה, און געזאגט פאר מענטשן אז “דער ראש ישיבה האט א וואסע קאפל פון א מזרחי”, און דערנאך געזאגט זיין זון איציק היתכן ער האט נישט געהויבן די פרייז פון די מפטיר יונה העיקר עס נישט צו געבן פארן ראש ישיבה.
דעס האט פאסירט!
מוצאי יו”כ ווען מען האט זיך געגרייט צום לוויה פון הרב כ”ץ זצ”ל, איז הערשי האלצער ארויף צו די קינדער און פלאנירט מיט זיי די גאנצע מסע הלוויה, ווען ער איז אראפ פון דארט האט ער געזאגט, אז די קינדער פון הרב כ”ץ האבן געבעטן אז דע ראש ישיבה זאל זיך נישט משתתף זיין ביים לוויה, אבער דע קינדער האבן גלייך קלאר געשטעלט פאר יעדן אז ס’איז שקר וכזב און זיי האבן גארנישט אנטקעגן דעם ראש ישיבה, און ווער עס וויל, קען עס מברר זיין ביי זיי.
דעס האט פאסירט!
נאך דע לוויה איז דע ראש ישיבה געגאנגען צום קבר מיט מנין און איבער געבעטן בשם כל הקהל אויב מהאט געטשעפט דעם רב, סאיז נישט געווען ברצון, און געזאגט דע נוסח פון חברה קדישא. אבער דער שיק אינגל דוד יואל קליין האט געזארגט אז משה ויסברג זאל ארויף לייגן א באשרבונג אויפן אינטערנעט און ‘בחדרי חרדים’, און דארט זייער שטארק פארשעמט דעם ראש ישיבה ווי כאילו ער איז דער וואס האט פוגע געווען אלע יארן און דעם רב, אבער דע אמת איז אז די זעלבע שלעגערס און די כת מבזי רבינו ובראשם אהרן מאיר ווייס און שלום יצחק ואחיו יואלי דאסקאל האבן געפאניגט דעם רב עד זוב דם אלע יארן, און אים פארשעמט און בית מדרש, און געמאכט טעראר פאר יעדן וואס האט עפעס נוהג כבוד געווען מיט דעם רב. יא. די כת מבזי רבינו, זיי האבן געפאניגט דעם רב אלע יארן און זיי פאניגן יעצט דעם ראש ישיבה.
דעס האט פאסירט!
הערשי האלצער האט געזאגט פאר אינגעלייט און בית מדרש אז דער ראש ישיבה חוץ פון א גרויסע באך האט ער נישט גארנישט.
און ביים טאנצן ביי די אושפיזן דמשה און סוכה הגדולה האט הערשי מיט זיין פראסטקייט געשטופט הגה”צ ראש ישיבתינו שליט”א ווי כאילו מהאנדלט דא פון עני אינגערמאן.
דאס האט פאסירט!
אנ”ש זקנים ונערים, בעלי בתים און אינגעלייט, בחורים און קינדער קענען נישט צוקוקן ווי אזוי מעטרינגט דע בלוט פון אונזער געטרייע ראש ישיבה !!!
יו”ט נאכט נאך די סעודה זענען זיך צוזאמגעקומען קרוב צו 300 אידן פון קהילה און די גרויסע סוכה און שיכון, צו א שיינעם שבת אחים און שפיץ פון דעם ראש ישיבה.
אבער די כת מבזי רבינו האבן דאס נישט געקענט צוקוקן!!
האבן זיי מחליט געווען אז מעגייט נעמען א קרבן.
איינמאל האט מען גענומען א 3 יעריג קינד פאר א קרבן און אים ארויס געטראגן פון חיידר פאר א וואך צייט ווייל זיין טאטע האט מוחה געווען אויף די פגיעה און דעם ראש ישיבה, און יעצט האט מען גענומען א אינגערמאן און ער גייט זיין דעם קרבן ציבור.
יו”ט באטאג האט זיין ברידער אים געקויפט א עלי’ה, אבער די שלוחים פון די כת מבזי רבינו ווי צווישן זיי איציק ווייס און אהרן מאיר ווייס און שלמה זלמן דסקל האבן מחליט געווען אז ער קען נישט עולה זייןת האט מען מבזה געווען א ספר תורה און א בית מדרש, און נישט געלאזט עולה זיין און געהויבן די הענט אויף אים רח”ל.
יחזקאל ראטער האט געזאגט בשעת מעשה “זייער פיין האט מען געטוהן, ווייל ער פארשעמט דעם רבין”.
יואלי דעת-קל האט געזאגט אז ווייל ער האט פארשעמט כבודו הרמה פון יחזקאל ראטער.
איציק ווייס האט געטאנעט ווייל ער האט געזאגט אז יחזקאל ראטער האט געטשעפט קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אין חיידער מיט צוואנציג יאר צוריק.
יעדער האט געטראפן א צווייטע סיבה פארוואס מען האט מבזה געווען דעם ספר תורה אין געהויבן הענט אויף א אינגערמאן.
יעדער ווייסט אז דוד יואל קליין מיט יואלי דעת-קל זעצען זיך אראפ שרייבן זייערע שקרים פאר די אמעריקאנע עולם, און זיי מיינען אז עולם גולם.
זיי ווייסן נישט אז דע אמעריקאנע עולם קענען זייער שנעל אונקומען צו די בני ברק’ע אידן, און זענען מברר אלעס און מהערט דעם אמת.
די כת מבזי רבינו טאנען כסדר אז מערעדט פון אפאר צוציקעס, דעם שקר פארקויפן זיי אויך פאר רבינו שליט”א, אבער וואס אינטערסאנט איז, יחזקאל ראטער וכת דילי קענען זיך נישט א עצה געבן מיט אפאר צוציקעס ???
נאר וואס, דער אמת איז גלוי לכל, 95% פון קהילה , אנשים נשים וטף, שטייען מיט מיטן ראש ישיבה, און ווילן אז ער זאל זיין אונזער מנהיג רוחני, תחת הדרכתו פון כ”ק רבינו שליט”א. דער עולם וויל נישט אז די ביליגע פראסטע ליידיגער זאלן פירן אונזער שיינע קהילה!!!
דוד יואל קליין מיט הרשי זילבערשטיין פארקויפן פאר די אמעריקאנע עולם כסדר אז מערדט דא פון קינדער פון דעם ראש ישיבה וואס זיי פירן די מערכה, וועלן מיר זאגן נאכאמאל אז זיי האבן גארנישט מיט די גאנצע מערכה, זיי שטייען און די זייט און קוקן צו מיט צער ווי מעפאניגט זייער באליבטע טאטע און זיין בלוט איז הפקר, אבער בהוראותו פון רבינו שליט”א טוהן זיי גארנישט. אדרבה, קאלט קיין בני ברק און זייטס מברר.
ביי די אושפיזן דמשה און סוכה הגדולה דקהילתינו האט הרה”ח ר’ סענדער גרינוואלד שליט”א מזקני אנ”ש מוחה געווען בפני קהל עם ועדה אויף די פגיעה המתמשכת און הגה”צ ראש ישבתינו שליט”א
לסיום דברינו וועלן מיר קלאר מאכן(!) אונזער עתיד איז נישט הפקר און מיר וועלן בשפו”א נישט צולאזן אז די כת מבזי רבינו זאלן אונז פירן, מיר וועלן גייען באש ובמים ביז די בלוטיגע רוצחים שפלים ונבזים וועלן אראפ נעמען זייערע לאפעס פון אונזער ערליכע שיינע קהילה!!!!
מיר וועלן אי”ה און די נאנטע טעג וואטער באריכטן, כדאי איר זאלט נישט אפקויפן די שקרים פון די כת מבזי רבינו
א גוטן מועד.