מאת סאטמארי
ר׳ אהרן האט אויסגעגעבן ״מיליאנען״ אויף דעם כינוס-שפיל זעענדיג אין דעם זיין הכתרה, און זיין ענטפער אויף בארקלעיס, וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט און אמשטארקסטן אים אליין… ווי מ׳האט געזען פאראיאר ביי פאפא רב׳ס קלוגע זאך אסיפה און יעצט נאכאמאל ביי די אלע משוגע׳נע דרשות מיט 5 מענטשן און אז ״מיר קוקן נישט אויף בארקלעיס״ (יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס…)
מ׳האט דא איינגעשפאנט ״אלע כוחות״ מבכור פרעה עד בכור שפחה, אויף א היסטארישן פארנעם ווי נאך קיינמאל בעפאר! זיידעס און באבעס חתנים וכלות! יעדע ארויני טוטער פון דריי יאר האט געהאט א בעג גרעסער ווי אים מיט ריזיגע סטיקערס וואס ער האט געקלעבט ווי נאר א שטיקל ליידיג פלאץ.
די בחורלעך וואס הונגערן פאר עקשאן האט מען עמטליך דעפלאיעט ארויס אויף די גאסן צו באמיסטיגן און אנחזרן די חרדישע שטעט ווי קיינמאל בעפאר, ותבאש כל העיר! מ׳האט באקלעבט דעם אנדערן מנהיג׳ס הויז, קאר, באסעס און וואס נישט! הכל מותרין, הכל שרוין, ווייל אמער, מ׳גייט דאך זאגן וואס דער עצם רעיון הציוני איז, און דאס פאדערט מסירת נפש עד כדי הכאה…
מ׳האט געמאכט עסקארטס וואס פארשעמען קים-יאנג-און און די יאמערליכע סירענעס האבן נאך מער אנגעצינדן די יונגלעך וואס האבן דא געזען אן איינמאליגע התגלות אין א וועלט פון שקר, און אז ענדליך גייט מען צוריקכאפן די מאמענטום פונעם קליינעם ברודער וואס האט זיך דערקלערט אז ער איז דער מנהיג ישראל פון רעכטן לאגער.
די מעסעדזשעס און ספינס זענען טעגליך געווארן מער פאני; מ׳האט זיך סותר געווען נישט נאר אין די זעלבע מודעה, נאר אין יעדע שורה זעקס מאל… יא דא טיקעטס, נישט טיקעטס, 18,000, 20,000, נאך צען, נאך פופצן, געפארן בילדער פון יעדן פייפער מיט א אייפאון ווייזן אין די לופט וואס האט געדארפט מיינען אז ממש יעצט אין די רגעים קומען צו נאך 6,500 טויזנט בענקלעך…
באזונדער האט מען איינגעשפאנט די גרעסטע קאנאנען אויף ״אפאראט רבנים״, מ׳האט געשיקט דעלעגאציעס גרעסער ווי די צאל פייפנדיגע יוקאנס צו יעדן מיט א טיש בעקיטשע און ווייסע בארד, און געפייניגט מיט גוטן און בייזן, צו קומען זיצן, רעדן, עניטינג, און יעדן פארשפראכן אז ער גייט זיצן אין די ד׳ אמות פון הגה״ק אליין, ולגדולתו יהי׳ אין חקר.
היסטאריע וועט נאך אסאך שרייבן איבער די רבנים אפאראט, ווי פרעמדע גדולי הרבנים האבן זיי ממש ארוסגעזרקט מיט קולות וברקים, און זיי האבן אנגעהויבן צוביסלעך טאפן א וואנט. פאר די יונגלעך האט מען דאס אבער נישט געזאגט. זיי האט מען נאר באפוילן צו קומען מיט ״סוועטערס״ צוליב דעם ״הייסן״ וועטער אין גאס…. און אויך אין א פרעצעדענטלאזן שריט באפוילן מיט רויטע בלוטיגע אותיות אז ״עס גייט נישט זיין קיין הוקאפ״ אין אנדערע ווערטער קיינער בלייבט נישט אינדערהיים!…
ויהי היום, דער גרויסער זונטאג קומט אן… די גאראזשן עפענען זיך, ריזיגע טראקס נאר שיקן ארויס, און מ׳שיקט ארום פייפן און הוליען אין די גאסן… מ׳נעמט אפיר די סמעטענע צו שרייען און זאגן, און די היץ איז אויפן העכסטן… מ׳מאכט פאני מודעות און מ׳טוט יעדע משוגענע טריק אין די בוק אבער קומטס נאר..
יעצט, איי די דיי דיי דיי, איי די דיי דיי דיי
איי איי אחת ואחת….
דער זאל בקדושה ראשונה מאכט פראבלעמען פאר׳ן קדושה שני׳ און האלט זיך בשום אופן נישט ביים אנפילן… די קינדער האבן נישט געכאפט דעם מעסעדזש און געקומען מיט בלויע זשעקעטס, פרו ורבו ומלאו את הקאלעסיום… פון כתה א׳ און העכער, גאנצע קלאסן… און דאס האט אנגעהויבן אויסקוקן ווי א קעמפ פראטעסט אקטיוויטי. (יודע חן זאגן אז דאס איז דער טעם פארוואס מ׳האט געלייגט דעם לאגא אויפן בעג פון מחנה רב טוב..)
איי איי איי, אחת ושתיים…
די קארס פון די רבנים האבן געסטרייקט.. זיי האלטן נישט ביים קומען אויפפיקן פון די אדרעסן, און די וואס פיקן זיי אויף טראגן זיי צום חומש סעודה אין בארא פארק… דאס ליצנות ווערט גרעסער און גרעסער. נישטא קיין איין אנגעזעענער רב אן קיין שייכות צו די ארוינים מאז ומקדם… דער אויבנאן פונעם היסטארישן כינוס, איז געווען א היסטארישער חוזק!
איי איי איי אחת ושלוש…
אונטערן אויבנאן… פאר עפעס א מיספארשטענדעניש האבן די געקויפטע טיקעטס פונעם סאלד אוט זאל אלעס פארלוירן אויפן וועג, און קיינער איז מיסטריעז נישט אנגעקומען. די פארשאלטענע סעקיוריטי האט פארקלאפט די וועג פאר די ״סטענדינג טיקעטס״ נישט צו קענען אנקומען אהין, און דער חוזק איז געווען גרויס ווי דער שטעקן מיט וואס דער רבי צינדט די הדלקה ל״ג בעומר…
איי איי איי אחת וארבע…
דער עולם האט נישט קיין געדולד צו זיצן. מ׳גייט און מ׳קומט דער גערודער שרייט העכער ווי די רעיון הציוני מוזיק, און קיינער זיצט נישט רואיג אויפן פלאץ…
איי איי איי אחת וחמש….
א חוזק פון א פראגראם!!! נישט קיין איין סאליד דרשה, קיין איין פרעמדער רב, קיין איין באמבע, קיין ר׳ אהרן שעכטער, קיין ר׳ יחזקאל ראטה, קיין ר׳ הילל וויינבערגער, און קיין… ר׳ שמעי׳ גרינבוים… און די פראגע ווערט גרעסער: הייליגער רבי, פארוואס האסטו אונז אהער געברענגט??
איי איי איי אחת ושש…
די פארשאלטענע טעכנאלאגיע! טראץ די ריזיגע לייילעכער מ׳זאל בשום אופן נישט ברענגען קיין סמארטפאונס איז אבער השטן מרקד בתוכינו… קיין הוקאפ איז נישטא ב״ה, אויסגעריסן משרשו, אבער נאהאפטיגע בילדעלעך מיט זאפטיגע קליפס וואלגערן זיך לרוב, און ס׳איז ביטער ווי א לעמאן…
דער קדוש רעדט, אבער דער זאל פארט אויף רעדער ווי א באן סטאנציע… מ׳גייט און מ׳קומט, מ׳בייסט די ליפן, מ׳רעדט און מ׳בורטשעט, און סימפל… די זאך האט נישט קיין טראפ חן!
אחת ושבע, אחת ושמונה… אחת וארבעים….
יא דא גיוס? נישטא גיוס? מיר רעדן פון גזירות? מיר רעדן פון עצם רעיון? מיר ווייסן שוין וואס איז ערגער גיוס אדער כותל? פארן מיט עלאל אדער קבר רחל? גיוס בנין אדער גיוס בנות? רבי׳טשקע זיסער, אויף וועלכן פלאנעט לעבן מיר??!!
און א רגע… ״שקל הקודש״… סיריעס? פינעעווו לאנגע געזונטע יארן לאכן מיר שוין פון די זאליס וואס האט שוין געשיקט צוואנציג מיליאן טאלער קיין ארץ ישראל פאר מוסדות על טהרת הקודש… און פלוצים, עד ארבעים שנה, מיר גייען אויך שיקן געלט… א רגע רבינו, פאקוס, טראכט פאר דו זאגסט, און זאג מיר: וואס איז דיין מהלך דא?! מיר גייען טון פלעין סימפל ווי זאלי טוט שוין 5 יאר? און פארדעם? האב איך געדארפט דא זיצן עסן דיין היעט פאר זעקס שעה אין א טערקישן סוועטער?
כך עונשם של בדאים! אנגעהויבן דעם גאנצן כינס מיטן לינקן פיס, מיט א פייט, מיט ווייזן פאר דעם פאר יענעם, צייגן מאכט, אפווישן בארקלי, אויסגעבן 3 מיליאן דאלער פלאס, אן קיין הסבר, סתם משוגע צו מאכן די וועלט על לא דבר!
און דאס האט ער באקומען צוריק אין פנים אריין, אלס א לעקציע אחת ולתמיד: קושטא קאי, שיקרא לא קאי!
אוי ״לקדש שם שמים״!