דער אור אלטער רוימיש’ער באגריף פון “פאנעם עט צירקסעס” מיינט דאס כדי צו האלטן דעם המון רוהיג און פאלגזאם ברויך די מעכט זיי פארמעגליכן זייער ברויט (פאנעם) און זייער אונטערהאלטונג (בידור בלה”צ) וואס מען האט זיי צוגעשטעלט אין צירקסס דהיינו רונדיגע שטאדיום’ס.
די רוימער הערשערס פון טויזנטע יארן צוריק האבן באגריפן דאס ווען די בייכעליך פונ’ם המון זענען פול מיט געמיינע עסן און זייער קאפ מיט שטותים קענען די פיהרערס אנגיין מיט זייערע אינטרעסן און און אפילו מקריב זיין אן אשיעור פון זיי פאר די אימפעריאלע אמביציעס און די וועלט’ס רייכטום רויב בדוק ומנוסה. און דער רוימישע קאלאסיאום בלוט-פערפארמאנצעס זענען אייביג געוועזן פינאנצירט ביד רחבה און אקטיוו דורכ’ן סוקסעסיע פון צענדליגע מלכים איבער פיהלע הונדערטע יארן.
ואני הקטן בין געלעגן לעצטע נאכט און געמאכט מיין חשבון הנפש זיך פרעגנדיג: ביזט נישט גאר נאך אשרייפל אינ’ם היימישן שעדליכער אונטערהאלטונג אפאראטוס?! וואו דער גוי אדער דער ציוני באזארגט דאס דער ציבור זאל האבן זיין מינימום שפייז און אנדערע עלעמעמטארע צרכי הקיום, און זיי אונזערע מנהיגי הדור זארגן פאר’ן (שלימזל) צירקוס מיט חתונות עקסראוואגאנזעס מסעות הקדש פאליטיקוצ’קעס רייבונגען און כשרע אינפאנטילע צייטונגען, און אויף די מארג’ינס שטייען מיינע סארט ‘חכמים’ און שפעטן כדי צו צורייצן די משרתים צו שרייען העכער און העכער דעם קדוש קדוש, און דערווייל די טראגישע גזילת הנפשות וואגאנען פארן פארביי.. און דא קומט נאך א דור פון צומישטע רויע יאאמים על ימי מלך-טארסקערס און באונצי פארענצ’עס פאפעטס כאוות רצון קדשם ודעת תורתם של רבותנו מאורנו..
איך האב זיך פארגעווארפן: שעהמסט זיך נישט?! עוסק’ן טאג איין טאג אויס מיט רבי מאטאלה’ס האלבגעבאקענע הייליגע יתומימליך, רבי סרולטשע’ס שלישודעס אישיוס פון יא אדער נישט פיקצ’עווען זיין הייליכע געזיכט פון די וויבער שול און עהנליכע דברים העומדים ברומו של עולם., (ווען יעדער מיט א חצי גראהם שכל ווייסט דאס דער דאזיגער טייערער וואוילער רבי איז נעביך א קאמישער קוריוז, אבעראויך דער אולטימאטיווער מחליט איבער’ן חנוך פון טויזנטע יונגווארג וואס איז גאר גאר א טראגישער וויץ..)
דערווייל, דער מצב אין די חדרים און ישיבות בכלל איז פיהל ערגער ווי שלעכט, ווייל מען האלט ליידער שוין אין שער המ״ט דמסאבותא פון נישט האבן א ידיעה אין די מינימאלע, נעווער מיינד אידיאלע סטענדארטן פון קער און שולונג פון אונזערע העלפלאזע קינדער..
אלעס וואס מיר וויסן איז דאס ס’ טויג עפעס נישט, צופיהל קינדער קומען אהיים מיט א שטאמער,צורודערט, און גאר קנאפע ידיעות, מאידך האקט מען אונז אין קאפ העריין דאס אונזערע קינדער זענען כלומר’שט בבת עינם ותחת השגחתם המתמדת פון ‘גרויסע, גוטע לייט’ (ואדם יראה לעיניים דאס די סטענדארטן פון די חדרים אינטרעסירן זיי כשלג דאשתקד, ווייל סוכ”ס פאר זייער הויף אינטרעסן, וואס געמיינער אוד צופייפטער דער מענשליכער פראדוקט זאל נאר זיין איז וואוילער און זיכערער..) ואין לך רשות להרהר אחריהם..
אדאנק צו די היפר-אגרעסיווע ‘כשרע פראפאגאנדע ‘ באמבארדמענט איז דער הייליגער טעראר’ס גריפ אויפ’ן ציבור געווארן אזוי פעסט דאס פאטערס אין לאנדאן דאנקען און לויבן השי”ת פאר די אינטרעסע וואס די גוי’אישע אויטאריטעטן ווי OFSTED האבן לעצטנס אין אונזער הלוך ילך אין די חדרים, און איך וויל נישט זאגן ברבים וואס מען האט מיר באטרויט איו פריוואט ווי ווייט דער סופרעסטער פארביטערטקייט פון די עלטערן גייט.
תכלית רבותי, אפשר זאלן מיר איינזעהן דאס מיר קענען נאך נישט איבערזינגען די הייליגער צירקוס אפאראטוס און איגנארירן פאר א וויילע די פרישע און אלטע זיסע און ביטערע רבי’ס למיניהם, לאז זיי דערווייל אנגיין מיט זייערע שטיק, און מיר טאטע’ס און זיידעס זאלן בסוד סודות פראבירן פאקוסן צו לערנען און פארשטיין אביסל דעם נושא פון חנוך ? אפשר קען מען דאך עפעס וואס אויפטוהן?! ולהשם הישועה.
יהודי פשוט