וימש החשך כל ראש לחלי וכל לבב דוי. וואס טוהט מען? אוואו גייט מען?! די גויים גייען זיך העריינמישן אינ’ם אונזער חנוך הטהור..
אבער דאך, לאמיר געדענענקען דאס מען האט אונז טאקע שוין צוויי טויזנט יאר ג’רודפט און געפייניגט אבער נאך נישט צוגענומען דעם אידישן קאפן..
אינ’ם בעולמם האט ערשינען א סאפיסטיקירטע אנאליזע פון א קלוגער היימישער איד (אדער אידענע) איבער’ן מצב הנורא אין וואס מיר געפונען זיך און אונזערע שווערע ברירות אחת לאחת, און אונז דערמאנט דאס מיר האבן ב”ה אגוטן ברודער אינם וויס-הויז וועלכער האט דעמאנסטרירט זיינע חסיד’ישע געפהילן מיט בעפרייען רבי רובשקין פון די טורמע.. ומי יודע האם לעת כזאת.. על כן ברויך מען שיקן צו איהם א משלחת של רבנים חשובים לבכות ולהתחנן לפניו אויף צוויי נקודות, 1) להעביר בטבעת המלך דעם רוע הגזירה אין אמריקה און 2) צו פארמעגליכן אונז יושבי עמק הבכא דוויי בגולת בריטניה בעלגיע ושוויצאריע צו עמיגרירן נאך אמריקה און דארט מגדל זיין אונזערע צאן קדשים בדרך אבותנו ואדמו”רינו ללא זוז כל שהוא..
די עצה טובה האט מיר בארוהיגט און דערפרייט דעם סעודת מלוה-מלכה , אבער נאכ’ן איבערשלאפן דעם נאכט אויפן גרויסן פלאן האט זיך מיר אנגעהויבן צו דאכטן אז ס’איז נישט אינגאנצן נישט אזוי פשוט ווי ס’הערט זיך:
צום ערשטנס: דער געראנגל איבער’ן מי ומי ההטלכים אינ’ם היסטארישער משלחת קען נעמען לאנגע חדשים און אפילו יארן, און ס’וועט נישט קענען זיין נישט אינ’ם קאלטן ווינטער און נישט אין די ווארמע זומער מאנאטן ווען צדיקי הדור זענען טרוד להברות גופם הטהור, אויך בוודאי נישט אין די תקופת חגי הגאולה והיארצייטן של אבותיהם הקדושים.. ועל הכל דער עניין פון אל תרגזו בדרך, ווייל ווער קען בעווארענען און גאראנטירן דאס דער דערהויבענער משלחת הנכבדים והמלוים וועלן אונקומען און פארלאזן וואשינגטאן שלמים בגופם אהנע שקאנדאלן צו-שטויסן און צו-בלוטיגן זא”ז על עסקי שמיים וחלופת הדרכים והשיטות הקדושות..
דערפאר שיינט מיר דאס דער מצב פאדערט א מער דראסטישער פעולה:
בבחינת דבר אל בני ישראל ויסעו.. מיר זאלן איינמאל פאר אלימען מחייב זיין די צדיקי הדור צו באווירקן זייערע מעכטיגע כוחות אין הימל און זכות אבותיהם הקדושים ביי’ם כסא הכבוד אהנע תירוצים און ענווה שטיקליך ווייל עת צרה היא ליעקב, און זיי מוזן דאס ערליידיגן יעצט און שוין ללא טענות ומענות!!
יא בוודאי, מען ברויך זיי די מאורי האומה קדושי עליון טאקע אדרעסירן בדחילו ורחימו כראוי וכנכון, אבער משום חומר השעה מוז מען זיי דאס מאל אויך ווארענען, דאס אויב זיי ערליידיגן חלילה וחלילה נישט די זאך תו”מ איז No Vacation בזאת השנה לא מיט א אלף רבתי! נישט בהרים און נישט בנאות דשא נישט אין שווייץ און נישט אין עסטרייך אויך נישט ערד און נישט קיסריה.. בלויז שוויצן דעם קלעפיגן זומער מיט אייער דלפון’ישע חאטשילאבעס..
ואי לדידי צייתיתו איך גאראנטיר אייך אידן דאס מיר וועלן נאך אלע גיין צום האיי יעריגן סליחות מיט לייכטע פיס און א געזאנג אין די הערצער..
יהודי פשוט