מאנכע צדיקים ומואורי זמננו דערמאנען מיר מאנכע מאל פראספערעס מגדלי דבר-אחר וועלכע שפייזן די בעלי חיים מיט די געמיינסטע טינופת און פארקויפן זייער פלייש און פעט אויף א פיינעם וואג (רמב”ם אין מורה).
מען האט אונז שוין צוגעוואוינט ווי פון מאל צומאל ווען ס׳ווערט נפטר מאנכער בנש”ק פון די רבי׳ריי אינדוסטריע אום אינטרעסאנט און א בעל-מדות ווי ער זאל נאר נישט זיין, גייען נישט העריבער צוויי טעג פונ׳ם ‘הסתלקות’ ביז זיינע זכרים מומחים קליימען זייערע כוחות ‘בזכות אבות’ און קאפיטאליזירן פון זייער פאטערס מאכטפולע אפיסעס בעולם האמת.. און ס’זענען בלעה”ר דא מער ווי גענוג שמויגער’ס וואס קויפן און לויפן זיך קוויטלען פדיונ’ען און האפקען הערום זייערע טישן.. וואס קען שוין זיין בעסער ווי א ברכות וישועות בנק מיט העדקווארטערס אפ-סטייערס בעולם האמת..
אבער איך ווייס דאס אויב ס’איז אזוי ביי אונז איז א הכחה ברורה דאס ס’ברויך אזוי זיין!!, ואדרבא גוד-לאק ווי מען זאגט פאר די ראפינירטע ראמיינער און אנדערע חברה וועלכע קענען אזוי גוט און רווח’דיג פארקויפן זייערע ווענטילאטער’ס לופט, כל הכבוד..
אבער געוואלד געשריגן, אוואו איז אייער הארץ אידן !! איך בין דאך אויך א מאמעס א קינד, למה אגרע!! בשעת די סליניע רינט מיך און ס’גלוסט מיר אויך א סלייס פונ’עם האני-קייק..
אמת, אשמתי בגדתי בושתי ונכלמתי, איך האב געמאכט מיין רייע פון פאטאלע טעותים, פון’ם געבוירן ווערן אוואו איך בין געבוירן געווארן ביז’ן איבערשעצן הונדערט פאכיג אונזערע אידנ’ס אינטעליגענץ, אבער מיר וויסן דאך דאס כל עוד בו נשמתו אין יאוש בעולם כלל.. און היינט צום טאג האט מען מיר טאקע פון הימל געשיינט א מהלך ווי איך קען אויך העריינקעשן אין די באנאנזה.
איך פלאן צו אויפשטעלן און פאטענטירן די אינטערנאציאנאל סע רטיפיקייטעד קפידא און קללה דעפאזיט אוואו יעדער וועלכער איז ג’טראבלט פון א לעבעדיגער טויטער אדער האלב טויטער רבי’ס קללה קפידה ונישט מוחל וכדו’ קען דעפזיטן זיין פעקל אין אונזערע פארלעסליכע ערפארענע הענד (אני עבדכם השפל האב ב”ה די עקספעריענס פון דילן מיט די שארפסטע קללות פון צדיקים אויך א פונף און פופציג יעריגע ‘הבטחה’ וועלכער איז געגיבן געווארן בטו”ת במעמד עשרה דאס איך גיי נישט מוציא שנתי זיין..) און מיר וועלן מערטשם טוהן די אלא פעולות ההצלה הנחוצות על פי סוד, און אישיוען אן אייזן געגאסענעם זיכערהייט גאראנטי אונטערגעשריבן ביי דריי מ געלט הונגעריגע מקובלים מלובנים פאר ווי לאנג דער קליינט צאלט צו צייט די מינימאלע הקפדה קללה אדער מוציא שנתו-פי וועלכער וועט קאנסערוואטיב געשעצט ווערן ביי אונזערע ערפארענע הקפדה עקספערטן לפי גודל כח המקפיד ההקפדה והמוקפד, מיט ערנסטע קאנסידעריישן צו די הקפדה איז בלויז בזה? אדער קיינעם געדאכט בזה ובבא וכדו’.. און אויך שפעציעלע הנחות פאר די האל סייל ראן אויף די מיל הקפדות פון שלימזל אייניקליך וכדו’..
יהודי פשוט