צו אונזערע ברודער אין ניו יורק און אינעם גארער וועלט.
עס טוט אונז זייער וויי אז ליידער איז אונזער קהילה על ראש שמחתנו און עס קומט ארויס אזא גרויסע חילול השם און חילול כבוד קדושת רבינו שליט”א
גלייבט אונז בנאמנה, מיר ווילן לעבן בשלום, מיר וועלן אייביג בלייבן געטרייע סאלדאטן פארן רבין שליט”א, און ביי רוב מנין ובנין סאטמאר האט זיך דא גארנישט געטוישט.
שטעלט אייך פאר אז מתתי דייטש ווערט דער יו”ר פון סאטמאר מאנסי און איז מחליט איין טאג אז הרב וואזנער קינדער שטייען אים אין וועג, און ווי לאנג זיי נעמען זיך נישט דאס לעבן זאל די קהילה גיין אינדער-ערד. וואלט איר דאס צוגעלאזט?
וואלט איר צוגעלאזט הירצקא שטיין זאל ווערן ראש הקהל אין סאטמאר וויליאמסבורג און מחליט זיין ארויסצוטראגן דעם רב?
וואלט איר צוגעלאזט אז מזאל ארויסטראגן ר שלום אליעזר פון זיין שוהל אויב זענט איר א מתפלל דארט?
עס האט גענוג וויי געטוהן וואס מ’האט געטוהן מיט מרדכי אהרן (נאר ווייל ער איז א ברודער), שטעל דיר פאר ווען 90% מענטשן פון זיין ביהמ”ד לויפט אים נאך ווי ער גייט און די מיעוט 10% וויל אים ארויסטראגן?
דאס גייט פאר אין בני ברק. קיינער וויל נישט ארויסווארפן יחזקאל ראטטער און זיינע שלעגער וואס האבן אלע פאזיציעס אין די מוסדות. יעדער וויל אז ער זאל פשוט אפלאזן דעם המון עם און זיי ערלויבן צו גיין צו א שלום בית מאכער אן דעם וואס ער זאל וויסן, א חתן רבי אן דעם וואס ער זאל אלעס וויסן, מאכן א רישיון (לייסענס) אן זיין הסכמה, פארן אויף חופש אן זיין רשות. און נישט ווערן אוטומאטיש א שגץ.
מיר ווילן אז מזאל אויפהערן די שפיכות דמים אויף ר שלום אליעזר (ער איז אויך אפשר א מייזליש אדער ער וויל זיין רבי??) מיר ווילן אז עס זאל זיך אויפהערן די רדיפות אויף די ראש הישיבה קינדער (אפילו אויב ר שלום טייטלבוים האט אנגענומען די דיינות אין איחוד אן יחזקאל רשות, און די קינדער א שיעור תורתך וכו),
מיר ווילן אז נישט יעדער וואס איז נישט הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט יחזקאל ראטטער איז גראד א מחוצף פארן רבין (שטעל דיר פאר ווען יעדער וואס האט טענות אויף מאיר הירש, אהרן וועלץ, אדער מאיר זעליג ווערט גראד א מתנגד און א מחוצף פונעם רבין). א מענטש מעג האבן א גערעכטע טענה אויך.
הלוואי ווען מיר קענען ווען צוריק לעבן בשלום ובשלווה. זאל דוד יואל קליין, שלום יצחק דאסקאל, אהרן מאיר ווייס, יואל דאסקאל באקומען געהאלט פון כולל עצי חיים, וועם גייט עס עכט אן?