מה נשתנה
פארוואס
וויינען טויזנטער אנ”ש אז היינו לעג וקלס לסביבותינו!!
פארוואס
זענען די הייסע חסידים פון מרן רבינו שליט”א בכלל און אין בני ברק בפרט אינגאנצען צעשאסן און מאכן נאס דעם קישן
פארוואס
הערט מען טעגליך אויסברוכן וואס ברענגט שמחה ביי אלע שונאים פון רבינו שליט”א און טרויער ביי אלע אנ”ש
פארוואס
זענען פאלנע שקרנים און לצים די וואס האבן די בלויזע צוטרוי צו מרן רבינו שליט”א
פארוואס
ווערן אזויפיל הייסע תלמידים וחסידים און גוטע פריינד מרוחק פון רבין זה בכה וזה בכה
פארוואס
ווען דער ב”ב ראש ישיבה זאגט כסדר אז ער וויל זיצן מיט יחזקאל ווערט עס צוריקגעווארפן מיט שנאה מקלקלת
פארוואס
ווייסט יעדע יליד בני ברק אז ווען נישט דעם ראש ישיבה וואלט ער קיין קשר צום רבין נישט געהאט, און בלויז דער ר”י האט נישט אויפגעהערט אריינצובאקן געטריישאפט צו כ”ק מרן רבינו שליט”א און אין די זעלבע צייט העצט מען דעם רבין ווי כאילו ער וויל ווערן רבי און צונעמען פון רבין די מלוכה
פארוואס
אנשטאט אראפשיקן נארמאלע מענטשן צו מאכן סדר אדער כאטש אויסהערן די צדדים, נעמט מען א פרייע פיסכעלאג א מחלל שבת וועלכע איז שוין געמשפט געווארן אום 2015 למספרם אלס “נוכל” (אפטייטש פון א פאפער און רויבער) וועלכע נעמט געלט צו זאגן איינזייטיגע שקרים (מקען עס יעדער נאכגיין ביים זוכן דעם נאמען פונעם פסיכיאטער נתנא-ל לאור און די שופטת נורית אחיטוב)
פארוואס
ניצט מען דעם רבין צו פארקויפן דעם שקר גס אז ב”פ רב שליט”א איז גאר דער וואס האט ארויסגעלזאט די פאלשע שמוץ אויף זיין זוהן, אינדערצייט וואס טראץ מהאט אים ליידער געשטאכן מיט א מעסער און איבערגעגעבן דעם לעכערליכן פאלשן רעפארט מיט 3 וואכן צוריק אבער זעענדיג אז ער גיט דאס נישט איבער פאר זיין זוהן כדי צוריצוהאלטן א הארץ אטאקע האט מען מיטוואך פנחס אריבער געשיקט א שליח לרציחה צום ר”י אים דאס איבערצוגעבן ווען ער מהאט געדארפט רופן הצלה אויפן פלאץ
פארוואס
ווען די רודעריי האט אויפגעוועקט דעם ציבור אין ב”ב קעגן די רשעי ישראל רוצחי נפשות בלי גוזמא כלל וכלל האט מען אנשטאט איינצוזעהן כי כלתה אליהם הרעה האט מען ווייטער געניצט דעם הייליגן מויל פון כ”ק רבינו שליט”א זאל איבערזאגן די געבאקענע מעשה און וערן ללעג ולקלס אז כאילו דער רבי איז גרייט ארויסצוגיין קעגן זיין באליבטן שוואגער שליטא -וואס האט זיך געטריי איבערגעגעבן אין אלע שווערע צייטן- און פארענטפערן די השחתה פונעם ראש הטרור וועלכע האט באשטעלט/באצאלט/ארויסגעגעבן דעם פאלשן באריכט
פארוואס
ווען מזעהט איינמאל נאכן אנדערן אפילו אויב מאיז בלינד ממש אז אריינמישן דעם רבין הרגעט נאר אפ דעם כבוד רבינו ביי זיך און אין די גאנצע וועלט איז מען ווייטער ממשיך אריינצומישן דעם רבין אנע הערן אפילו א ווארט אמת
פארוואס
ווען יעדע גוטע פריינד פון רבין פארציילט אביסל פון די השחתה אפילו נאר ברמז ווערט ער תיכף אפגעפסלט ביים רבין אלס משוגענער/שוטה/שונא
פארוואס
ליידט מען און משווייגט? מילא פאר זיך מוז מען מוותר זיין אבער מגיסט דאך טעגליך גאלאנען אידיש בלוט הנשפך כמים באופן נורא ומבהיל און אלעס מיטן כח פון אונז חסידים פון רבין וואס זענען שומע החרפה ואינם עונים כדאי צו היטן אויפן כבוד רבינו
פארוואס
האלט ליידער ביי א מצב אז דער רבי וויל ליידער נישט הערן דעת אמת נישט פון קיין אייגענע קינדער נישט פון קיין גוטע פריינד נישט פון קיין ראשי קהילה נישט פון מנהלי המוסדות נאר פון איין רודף אלוקים ואנשים חיים שלמה ושותפו הידוע יחזקא-ל רוטער ראש הטרור בדורינו
פארוואס
און ווי לאנג נאך וועט מען נעמען דעם כח וואס געטרייע עסקנים/חסידים/גוטע פריינד טוען להגדיל כבוד רבינו וכבוד קהילתינו און דאס ניצן צו שטעכן און אוועקלייגן בפועל ממש היימישע אנ”ש על לא עול בכפם
פארוואס
איז דאס א מציאות אז נאך די שווערע צייטן בימי רבינו הק’ הברך משה זי”ע איז “גארנישט” געטוהן געווארן צו ראטעווען דעם עתיד, נאר אדרבה יעדע פאר וואכן א נייע פרשה און דער רבי ווערט פארמישט דערין דורך די אנשי דלא מעלי
פארוואס
פארגיסט מען ממש דם נקי ווען מטרעט צי דאס געזינט פון הגה”צ ר”י ב”ב שליט”א וועלכע איז ליידער אריין אין שפיטאל היינטיגן ה’ מטו”מ נאך א פריש אנגעדרייטע טעלעפאן רוף פון כ”ק רבינו שליט”א וועלכע איז אנגעהעצט געווארן בעפאר מיט שקרים גסים וגלויים און דער טעלעפאן רוף איז געווען ענליך צו די רוף פון רביה”ק הברך משה ז”ל צו יבלחט”א מרן רבינו שליט”א אין די שווערע צייטן ווי בן סורר ומורה וכו’, אוי לנו שכך עלתה עוד הפעם בימינו
פארוואס
פארגיסט מען זיין בלוט אין דער צייט וואס ער פארלאנגט “גארנישט”! יא פרעגט אייך נאך ממש גארנישט!! זיין גאנצע חטא איז דאס נישט זיך לאזן פירן אין פריוואטן לעבן אונטערן ארכי טעראריסט יחזקא-ל ראטער!!
פארוואס
האט א אינגאטש יואל דאסקאל געקענט סטראשען ראש ישיבה ומנהיג רוחני פון די קהילה (כפי הוראות כ”ק מרן רבינו שליט”א כמה פעמים בדברי חיזוק להנהגת הקהילה בכל פרטי’) פאריאר שבת שקלים תשע”ז אז “אויב דער ר”י פאלגט נישט אויס דעם טרור באפעהל פון בלייבן אין ב”ב און פארפאסן דעם קידוש פון א אייניקל בקרב קהילתינו ירושלים ווען ער פליען קיין בארא פארק אדער שיקאגא” און טראץ וואס דער ר”י האט געפאלגט און פארפאסט א אייגענע שמחה האלט די השחתה אינמיטן ווערן אויסגעפירט רח”ל טענהנדיג אז ער האט געדארפט “האלטן” אז זיי גערעכט! און משטראפט אפילו על מחשבה! איר הערט א מחלוקה פון שפיכת דמים ממש א גאנצע קהילה אין פייער פאר א שבת קידוש אין ירושלים!!! (וועלכע טארן נישט האבן קיין שיינע איד אויף שבת), יא לשמוע ולא להאמין אבער פרעגט אייך נאך!!!
פארוואס
האלט עס ביי א מצב אז יעדער וויינט און מאכט נאס קישענעס און דער רודף חיים שלמה דרייט זיך אין ביהמ”ד כאילו לא הי’ מיט זיין פאלשע שמייכל
פארוואס
פארגיסט מען די בלוט פון כ”ק מרן רבינו שליט”א וועלכע בלטיגט נעבעך אויפן מצב און ווייסט נישט אז מניצט זיינע כחות להגדיל המחלוקה און מיינט נעבעך אז זיין נעפיו און שוואגער און אלע גוטע פריינד זענען פלוצים געווארן זיינע שונאים חס מלהזכיר
פארוואס
זענען אלע אנ”ש אין בני ברק ארייגערעכנט אריבער הונדערט אייגעשטעלטע וכדומה וואס רעדן טאקע נישט אבער יעדער איז אבל וחפו ראש און צעשאסן אויף שברי שברים
פארוואס
מעג מען צולאזן אז א רודף ישראל ושופך דמים זאל האבן די שליטה סיי אויף גשמיות און אויך גאר אויף רוחניות
פארוואס
פארשטייט כלומרשט דער טעראריסט בעסער צו רוחניות וואו די פולע געהויבענע אידן און זקני אנ”ש
פארוואס
פארשטייט כלומרשט דער טעראריסט בעסער צו רוחניות ווי דער מנהיג רוחני פון די קהילה וואס דער רבי האט געשטעלט
פארוואס
אין בית שמש האט מען געפירט א מערכה אלעס אינטערצוברענגען בלויז ווייל די מסירת נפשדיגע עסקנים זענען נישט געווען אינגאנצען אונטערן טעראריסט ביז סאיז זיי געלונגען ארויסצוווארפן די מייסדי הקהילה מיטן הילף פונעם העצער שטיין ווי זיי טרינקען די בלוט פארן יושב ראש הנהלה אין ניו יארק הרר אברהם יודא ראזענבערג אפשר ווייל זיי ווילן ממשיך זיין פישערס אכזריות קעגן זיין ברודער די באליבטער ראהק ר’ יצחק ז’ל
פארוואס
אין די צייט וואס דער גרעסטער כבוד איז אז דער רבי האט א קהילה מיט מוסדות אינעם עיר השם שמה און למעשה איז ער נישט זוכה עס צו באזוכן געהעריג גאנצע 11 יאר
פארוואס
ווען דער רבי האט געהאט כבוד מלכים בשנת תשס”ז אין ירושלים איז געשטאנען דער זעלבער נחש און געהעצט דעם רבין אויך יעדע שטות כדי צו אנהעצן קעגן קהילתינו ירושלים א שווערע האראוואניע וואס האלט נאך אן ביז היינטיגן טאג 11 יאר אין א צי דורך דעם פישער אינאיינעם מיט יחזקא-ל ראטער וחביריו
פארוואס
האט נאך דער רבי נישט געהאט די זכי’ צו באשיינען קיין שום מסיבה און נישט גענומען קיינמאל קיין געלט פאר קהילתינו אדער כוללינו בירשלים אין דער צייט וואס דער עולם ברעכט שוין פון די ווארט בני ברק ודל
פארוואס
האט געקענט פאסירן בשנת תשע”ד ווען דער רבי האט באשיינט 10 מסיבות פאר בני ברק און ישט געקענט זיין גארנישט פאר ירושלים
פארוואס
האט בשנת תשע”ד דער רבי געהייסן הנגיד ר’ משה יוסף ווערטהיימער צו טוישן זיין טשעק פון ירושלים קיין בני ברק (וואס איז בשפיכת דמים געווארן פארקירעוועט דורכן בלוט טרינקער פישער ווען ער האט געשטופט ר’ משה יוסף מיטן שטר פון ירושלים ביז די מסיבה פון ב”ב כדי צו קענען אנהעצן דעם רבין אז יעצט איז מען דא נאר פאר ב”ב)
פארוואס
האט מען געטיילט געלט היי יאר נאכן נסיעה אדר תשע”ח כאילו בשם רבינו נאר פאר ב”ב און בית שמש און נישט פאר אנ”ש עניי ירושלים עיה”ק
פארוואס
האט געקענט פאסירן בלויז 18 יאר נאך די שווערע צייטן בימי רבינו הברך משה זצ”ל אז דער רבי זאל האלטן א דרשה אין ביהמ”ד הג’ אין וו”ב און בעטן פון אנ”ש זאלן ארויסנעמען די קינדער פון די ישיבה פון זיין בנו חביבו ובכורו אין דער צייט וואס אלע זענען דארט מצליח באופן גבו’ ונעלה ב”ה, און ניטאמאל איז איינעם איינגעפאלן דעם חלק, דער עולם האט נאר געקוקט וואו מניצט דעם רבין נגד דעת הציבור און די חשובע עלטערן, ניטאמאל כאפט מען וואו מהאלט מיר דא מיטן עתיד הקהילה וד”ל
פארוואס
האט געקענט פאסירן אז דער רבי זאל שפירן אז ווען מלערנט ביי זיין זוהן איז עס נישט זיין ישיבה און צעירים דארף קומען קיין ק”י און אויך אלע צעירים דקהלתינו איבער די וועלט דארפן אלע אפשפארן אין דער צייט וואס ב”ב האט א ישיבה גדולה און דאס איז יא געווען דעם רבינס ישיבה (מיר שרייבן ליידער בלשון עבר ווייל היינט האלט עס שוין ביי דעם אז מהאט שוין דעם רבין דאס אויך צוגענומען די איין בני ברק וואס מהאט אים געהאלטן ווארים דערצי האט מען אין שוין היינט דאס אויך צוגענומען נעבעך)
פארוואס
האט צעירים לאנדאן געדארפט אפשפארן טראץ וואס רוב בחורים זענען דערנאך דעריבער אריין אין פרעמדע ישיבות
פארוואס
האט מען געמוזט ביי די געלונגענע נסיעה תשע”ה אין אנטווערפן איבערלאזן א ביטערן טעם אין מויל מיטן צוזאמענרופן אלע בחורים פאר כלומרשטע דברי הדרכה און למעשה זאגט דער רבי בלויז 3 ווערטער יעדער זאל קומען קיין ק”י אן קיין הענט און אן קיין פיס א זאך וואס אפילו אויב יא קומט עס דאך פשוט צו די עלטערן אבער ווי דער מנהג איז ליידער ביי דעם נחש פישער אז יעדע מעמד אדער נסיעה מוז מען געבן דעם עולם כאטש איין בייס אין די ליפן זיך צו דארפן שעמען פון זיך אליין
פארוואס
זענען אזויפיל אנ”ש אין ק”י פארווייטיגט אז דער רבי שטייט לימין פון א בהמה על שני רגלים מ.ל.ג. בלויז ווייל ער חנפט דעם בלוט טרינקער פישער
פארוואס
איז דער רבי געווארן ללעג ולקלס זומער תשע”ו ווען מהאט צוזאמענגערופן די שטאט צו פרק מיט צעטלעך פאר אלע קינדער על לא דבר פשוט ווייל מרדכי לייב האט געוואלט אויספירן זיין שלעגעריי מיט אפאר בחורליך ביי מנחה וואס ער האט געפילט אלס געוואונער פון שטאט צו קענען מבטל זיין א מנחה פון איינער וואס קומט אן שפעט
פארוואס
איז דער רבי געווארן ללעג ולקלס זומער תשע”ו ווען מהאט צוזאמענגערופן די שטאט צו פרק כדי מחזק צו זיין א איד וואס טרינקט בלוט פון אידישע קינדער באיצטלא דמשמרת
פארוואס
האט דער כלומרשטער שומר העיר געקענט לאזן די שטאט הפקר לשיטתי’ פאר חדשים לאנג בלויז פאר תאות הניצחון צו בלאזן אויף ר’ מאיר הירש
פארוואס
קען זיין אזא זאך אז די האקעלסטע ענינים פון דיני נפשות ווערט געפסקט דורך דעם זעלבן מטורף לכל הדיעות
פארוואס
קען מען נאר רעדן צו מענטשן דורכן מבזה זיין דעם רבין מיט א דרשה ווי איידער צו נעמען א טעלעפאן און מעורר זיין יענעם און זעהן צו ער ווייסט אפילו אז ער טוט נישט גוט
פארוואס
האט ר’ אליעזר ווייס מראשי הקהילה געדארפט זיין אין שפיטאל פארגאנגענעם ווינטער מיט טשעסט פעין בלויז ווייל דער בלוט טרינקער איז פאניע בראט מיט דעם הולך על שנים וואס האט מחליט געווען אז די ירידת הדורות שטעקט אין ווארימע עקפלענט מוצאי שבת דעריבער אנשטאט צו בארואיגן דעם רבין ווען א מטורף לויפט אריין ווייזן פאר רבין א טעלער עקפלענט צו זעהן אז סאיז ווארים (וואס איז אגב נאר געווען ווארים פון ערשטן מאהל קאכן און באמת האט ר’ אליעזר געפאלגט און נישט געמאכט קיין ווארימע מאכלים למוצ”ש) איז אבער דער בלוט טרינקער געלאפן קלינגען ר’ אליעזר אז דער רבי איז אויף אים ברוגז עד חרמה און האט אין שיעור רענאווירט דאס לעבן מיט ווילדן טעלעפאן רוף אנע שום מענטשליכע געפילן
פארוואס
איז אין די צייט וואס דער רבי האט געקענט זיין מלך ישראל וגואלו איז דער רבי ליידער א מלך אביון וווען אפילו נאכן זעהן ביים כינוס הגדול דעם הייליגן כח פון רבין מיט א אמתע מסי”נ נעמט מען אים תיכף דערנאך אריין מתחת לקרקע טיף אין דער ערד פאר אפאר טעותדיגע מינוט פון תאות הניצחון
פארוואס
איז אין די צייט וואס אין די גאנצע וועלט ווייסט מען אז ק”י טשיקען איז מער מהודר ווי אנדערע און יעדר זוכט דאס און דאס איז דער סטאנדארט ביי אלע רעסטעראנטן אדער קעיטערערעס איז אבער ביי בהמה פלייש דער רבי חוזק און שפאט ביי יעדן
פארוואס
איז אנשטאט די בהמה פלייש זאל ווערן וועלטליך אזוי ווי ק”י פלייש איז עס בלויז דא ביי אונז אין בוטשער און אפילו ביי אונז אויך נישט אלס געוווען געונג נאר מען איז כסדר געווארן ארומגעשלעפט זיכערצומאכן אז דער רבי בלייבט חוזק
פארוואס
האט מען דעם רבין איינגערעט אז נאר מיעלמארט קען געבן פלייש אין די צייט ווען זיי האבן אונז געלייגט לללעג ולקלס און עס שטייעןם היינט פולע בתי מקולין וועלכע מאכן שיין פראפעט
פארוואס
האט מען דעם רבין איינגערעט אז סאלאמאן (ווועלכע האט גראדע נאכגעמאכט אלע הידורים פון רבין בהתיעעצו מיט א אסיפה דורכן רבין שליטא מיט די סקווירא רבנים) גייטט זיך פארמאכן נאך א יאר ווייל “קיינער” קען נישט מרוויח זיין אויף פלייש נאר מיעל מארט (וואס טיילט בעיקר גרויסגעלט פאר חיים שלמה אין טאש)
פארוואס
האט מען דעם רבין אנגעהעצט קעגן סאלאמאן ווען זיי זענען געווען גרייט אלעס צו געבן בלי שום אתמלאות און אוודאי אן די אלע קאפדרייענישן, ולא עוד נאר אפילו ווען ר’ נח גפן איז שוין געווען בשליחות הקודש אויפן וועג צו שחטן ביי סאלאמאן האט מען אים צוריקגערופן על לא דבר נאכן אנהעצן שעות דעם רבין מיט שקרים ולגיונית
פארוואס
קען מען דעם רבין פארדרייען מיט לגיונית אז ח.ב. בלום דער ידוע לשמצה איז גאר דער בקי ומומחה דעריבער קען קיינער נישט וואס ער קען (אזא השחתה קען טאקע קיינער נישט.. האפענטליך) אין דערצייט וואס די גאנצע וואס דער רבי האט געגרינדעט די שחיטה איז געקומען צוליבן הערן די מעשים נוראים וואס ער פלעגט אפטאן אין מיעל מארט
פארוואס
זענען די שוחטים ר’ שלמה קליין און ר’ זלמן לייב פילאפף מיט וועם דער רבי האט געעפענט די שחיטה און זיי זענען דאך ארום אין אלע שחיטות בעולם צו נעמען אלע גוטע הידרים זענען גאר אלע אנטלאפן אדער געפלויגן פון די שחיטה??
פארוואס
זענען “אלע” משגיחים דקהלתינו צום סוף געפלויגן אדער אנטלאפן פון די שחיטה אריינגערעכנט ר’ שלמה היימאן ר’ אליעזר זוסיא גאלדנבערג ר’ בנציון זאלדאן ועוד
פארוואס
זענען אלע שוחטים וואס האבן אמאל געהאט שייכות מיט ח.ב. בלום בדעה אחת אז ער איז א מאכיל נבילות און פארן רבין רעדט מען איין באבע תירוצים אויף יעדן עקסטער מיט עפעס אנדערש
פארוואס
קומט מען מיט תירוצים אז אלע שוחטים זענען ליגענערס, טא אויב אזוי קען מען דאך נישט עסן די פלייש פון אזאנע שקרנים וואס זענען לכאורה נישט נאמן אויף גארנישט
פארוואס
האט מען ארויסגעווארפן א בעלזער משגיח נאכדעם וואס בעפאר איז ער געווען הייליג און מהאט אים נישט געמעגט טשעפען (ווען איינער האט געהאלטן סזאל זיין נאר סאטמארע שוחטים) ווייל ער איז גוט מיט ח.ב. בלום אבער פלוצים נאך וואס ער האט פארציילט דעם אמת פאר ר’ לייביש ט”ב זצ”ל איז ער נעבעך געפלויגן בשן ועין און צוליב וואס איינער האט אים אראפגעכאפט וואו ער פארציילט שטוינענדע מעשה נבלה פון בלום האט מען אפגעמאכט אז ער העצט ווייל מהאט אים געווארפן
פארוואס
האט יענער בעלזער שוחט א הערליכע פאזיציע אין סאלאמאנס אויב איז ער טאקע געפלויגן פון א ערליכע שחיטה וואו קען זיין אז סאלאמאןס וואס הייסט מהודר ביותר ביי יעדן מדקדק בכשרות זאל יענעם נעמען פאר א שוחט
פארוואס
האט דער בלוט טרינקער געהעצט דעם רבין אויף זיין נאנטסטן חבר וואס האט אים אויפגענומען פאר גבאי און איז יארן געווען זיין יועץ און בלויז ווייל פישער מאכט גרויס געלט פון מיעל מארט האט ער בוגד געווען אין זיין נאנטסטע מענטש אינאיינעם מיטן בגידה אין כל הקהל הקודש מיטן מבזה זיין רבינו שליטא וואס האט געדארפט פארלאטזן טעקסאס כלומרשט וויל סהאט זיך פארמאכט אבער 2 וואכן שפעטער האט מען דארט וייטער געשחטן פאר מעיל מארט נאר דעם רבין האט מען געטראסקעט ווי הונט
פארוואס
האט געקענט פאסירן אז דער רבי זאל ביי א דרשה מבזה זיין זיין נאנטסטע חבר וואס איז גראדע א בעל מידות און האט אים היינטצוטאג מוחל געווען און איז ווייטער גוט מיט אים אבער וואו קענען מיר טראסטן אלע עניני רוחניות חינוך/כשרות/הנהגה און אלעס אלעס אלעס ביי אזא הפקר’אינג וואס האט נישט קיין פינטל טראסט אפילו צו זיין נאנטסטן חבר???
פארוואס
זענען מיר אלע נמכרני אני ועמי פאר דעם נידריגן פארשוין קאלטער אינג און ציד בפיו מיט פאפעריי און העצע טאג אין נאכט בביתו נאוה קודש
פארוואס
איז לעצטענס געווען ביי יעדע דרשה א מצוה צו באוואשן אויערבאך, מילא די עצם שיטה פון מרן רבינו שליט”א איז דער רבי ערלויבט צו האלטן וואס ער פארשטייט בדעת קדשו אבער מיר ווייסן די טאקטיקן פון העצן אויף אויערבאך און גרויסמאכן שטיינמאן וואס איז אפגעטאן געווארן דורכן זעלבן שליח פונעם נחש, דער זעלבער וואס האט אונז געהאלפן צוברענגען די ערשטע פייער אין סאטמאר וואס מוואלט געקענט צוריקהאלטן לויט כמה היסטאריקער ווען נישט דעם מ.ד., אבער וואס איז די העצע פערזענליך אויף אויערבאך א זאך וואס מהאט נישט געטאן אפילו צו די גאר לינקע כידוע שיטת רביה”ק והחת”ס נישט צו גיין פעירזענליך
פארוואס
ווען מיר אלע ווייסן דאס נעימות און רואיגקייט און קלארקייט וואס דער איד האט אין אלע מקצועות התורה ויהדות פארוואס זאל מען צולאזן אז ער זאל ארויסגיין אין גאס אלס ווילדער משוגענער חלילה און ביי יעדע דרשה דארפן זיך אנ”ש בייסן די ליפן און אראפבייגן די קעפ און נישט ווייל דער רבי האט א “שיטה” ווייל די שיטה בעצם איז יעדער מקבל און מזעהט היינט די ווארהייט און ווייטן בליק, אבער פארוואס איז געווען די לעצטע פאר יאר כסדרדיגע דרשות פערזעליך קעגן אויבעראך נאר ווייל מהאט אים אנגעהעצט מיט א באשטעלטע העצע “פערזענליך” קעגן אויערבאך ווי כאילו דער אויערבאך ז”ל און געזיצן טאג און נאכט צו זעהן וואס מקען אונז עפעס שלעכטס טאן
און אויב שוין יא א עכטע שיטה כדי להציל הדת אבער פארוואס איז יעדע דרשה געניצט געווארן דורך די ציונים און אגודאים און שטינמניסטן נגד כל ענין הגיוס אפילו אויף וואס דער רבי איז כסדר מעורר און סאיז צום רבין נישט אנגעקומען דעם הימלשרייענדן פראבלעם וואס זיי טוען מיט די דרשות, פארוואס איז דער עכטער אמת ווער סאיז “מרויח” פון די אלע דרשות נישט איבערגעגעבן געווארן פארן רבין (די טעגליכע קשר פון די שטינמניסטן מיט אונזערע טעראריסטן אין ב”ב כידוע להיודעים)
פארוואס
האט געקענט פאסירן נאך יארן וואס דער רבי האט לוחם געווען לקיום מתיבתא גבו’ שיעור ד’ אז מזאל זיי לאזן אויפן וואסער ממש ביים צעטיילן די שיבה און נאך באקומען הסכמת הקודש צו די השחתה נאכן העצן מיט די כסדרדידג מהלכים פון ברעינוואשן
פארוואס
האט נאכדעם וואס 2 מסי”נ אידן האבן געראטעוועט 100טער בחורים פון אנ”ש פון טמיון ממש און געברענגט דאס גרעסטע כבוד פאר רבינו שליט”א איבער די גאנצע וועלט מיטן מייסד זיין די שיעור ד’ הלה המה הרבני הנגיד ר’ אלימלך דייטש און הרבני החסיד ר’ שמואל לייביש דייטש זענען זיי גאר באהעצט געווארן בשעתה ביים רבין ביים שיעור ג’ פרשה אלס שונאים פון רבין כידוע אז דער רבי האט זיך ליידער אויסגעדריקט אזוי בשעתה (היינט איז עס ב”ה אריבער און דער רבי טוט זיך ב”ה אויף אז מהאט אזא חשובה ישיבה פאר עלטערע בחורים און איז אויך מחזק אנדערע זאלן טאן פאר עלטערע בחורים אבער בלויז ווייל דער בלוט טרינקער האט באקומען היעט און זענען זיך דורכגעקומען אבער דאס ווייזט ווי ווייט זיי זענען בעה”ב צו מאכן די גרעסטע מסי”נ אידן וואס דער רבי האט אלס גרעסטע שונאין בעיני רבינו , אוי לנו שכך עלתה בימינו)
פארוואס
האט געקענט פאסירן אז 50 שיעור ג’ בחורים זענען געבליבן אויפן גאס חדשים לאנג בלויז צוליב תאוות הניצחון, און טייל דערפון זענען ביז היינט פארפאלן פון אידישקייט רח”ל, קענען מיר אזאנע הפקר’אינגען געטרויען אויף גשמיות ורוחניות?? (סאיז שווער אראפצולייגן די הויפענעס לגיונות וואס זיי האבן דאן אנגעהעצט מרן רבינו שליטא ווי כאילו שיעור ד’ איז נישט געווען גרייט צו נעמען אלע בחורים אין דער צייט ווען זיי זענען בלויז געקומען מיט א ליסטע פון אלע שוואכערע פון 18 און העכער אבער שיעור ג’ האט שיעור ד’ גערן געוואלט אריינעמען אפילו נאכדעם זענען עטליכע אנגעקומען אהין נאר רוב האבן נישט געוואלט ווערן אראפגעווארפן פון בארדיטשעב בארג)
פארוואס
איז נישטא קיין סוף צו די אלע עגמת נפש ביי אנ”ש סיי מיט די אומ’קשר צום ציבור און סיי מיט די דירעקטע שפיכת דמים און שקרים וואס ווערט געגאסן לפני רבינו יעדע 2 חדשים מיט א 2טע פרשה
פארוואס
האלט מען שוין עד כדי כך אז מהערט שוין אז מהאלט שוין אינמיטן אנהעצן דעם רבין אויך קעגן זיין איינציגער ברודער הרה”צ ר’ שלום אליעזר שליט”א אויף זיין זייט וועלכע די קשר אהבה איז ניטאמאל משיג צו זיין וואו ווייט סאיז ביז היינט אבער ליידער ווייס מיר שוין נישט פון קיין גבולים און נאכן העצן קעגן אלע בני וחתני רבינו שליט”א עכ”פ אויף אזויפיל להפסיק ההשפעה, קען זיי נאך דאס אויך געלונגען ח”ו בפרט ווען דער אומפארשעמטער עסקן בנציון אברהם כהן וועלכע האט געמאכט א אפמאך פון שמור לי ואשמור לך און צוגערויבט די הייליגע מוסדות יטב לב און ניצט די הייליגע געלטער לטרור ושפיכת דמים, און בתנאי אז פישער זאל אים העלפן זיין דער איינציגער בעה”ב אין מוסדות יטב לב וואו ער האט טאקע ארויסגעווארפן די גאנצע הנהלה, אזוי ארום העלפט ער ליידער צי די השחתה להשמיץ בפני רבינו אלע געשוויסטער און גוטע פריינד כדי למנוע ההשפעה און ער האט ליידער געהעצט דעם רבין באופן מבהיל קעגן די ב”ב ראש ישיבה וועלכע האט אים אין זיין לעבן נישט וויי געטאן, באצאלט ער נאך מיט אונזער הייליגע די געלט די גאנצע הוצאה פונעם “נוכל” וואס זאל מעיד שקר זיין אז כאילו עפעס פעהלט פארן ראש ישיבה, און דער פרייער נוכל זאל זיין דער פוסק ווער סזאל זיין מנהיג רוחני אין ב”ב, בושנו מכל עם!
פארוואס
קענען שטיין 30 טויזנט חסידים איבער דער גארער וועלט מיט פארלוירענע פארמאכטע הענט און מיטמאכן יסורים/צער/עגמת נפש/הארץ אטאקעס שוין קרוב צו 20 יאר אונטער איין טפיש/שוטה/אכזר/קליינקעפיגער/קאלטבלוטיגער/בלוט טרינקער/שקרן/כזבן ואין לאל ידינו???? גארנישט??? גארנישט קען מען נישט טאן???
די קשיות זענען ממש א מעט מן זעיר סאיז נישט מעגליך אלעס צו געדענקען ווייל סאיז ליידער דא יעדן טאג נאך און נאך
אבער אלע קשיות האבן ליידער איין תירוץ
עבדים היינו להטיפש והשופך דמים
חיים שלמה פישער
און סאיז נאר דא איין עצה
ונצעק
אל השם אלוקי אבותינו
און אין די זעלבע צייט זיך בעטן ביי יעדן וואס א השפעה אויף דעם שופך דמים און “בלוט טרינקער”אים ארויסצוווארפן מקרב מחנינו און כאטשיג אפצושטעלן זייענע בלטוגע מעשה השחתה איידער עס פאלן נאך קרבנות אין שפיטעלער אדער שוין אפילו אין ביה”ח חלילה!!!
רבותי ס’איז פיקוח נפש ממש! לאמיר נישט שטיין גלייכגילטיג יעדע קול האט א כח סיי אויבן און סיי אונטען!
נ.ב. האם המצב לא יתייצב בימים הבאות תקותינו להעלות על הכתב כל ההשחתה של אותו שופך דמים במשך השנים ובפרט עכשיו בבני ברק, וכל מי שיש בידו חומר בכל המסתעף נא לשלוח אל האימעיל
StopShfichesDumim@gmail.com
התוחמים בצער ובדמע על המצב הנורא, תלמידי וחסידי ונאמני כ”ק מרן רבינו שליט”א