איך האב געהאט די זכיה צו הערן אין דעם בעולמם א חלק פונ’ם הייליגן רבי ר’ מענדאלע’ס ניו-יורק’ער דרשה, טאקע נער הייתי וגם זקנתי ולא שמעתי כבשם הזה. אבער איך האב קיין עסק נישט מיט’ן הייליגער רבי’ס אינדיוונדואלער ערשיינונג, און בוודאי דאס יעצט באשר הוא שם איז נישט דער פאסיגער צייט דערצו.. אבער דאס האט מיר געשלאגן צום פנים דעם אלגעמיינער חולי רע פון דער אויסגעלאסענע יוהרה פון אני ואפסי כי לי הכסף והעדרים וואס כאראקטעריזירט די הליכות בקדש פון פיהלע אדמו”רים אין אלע גרייסן.
איך בין נישט בעזארגט וועגן די שלימזלנים וועלכע האבן זיך נעביך מצליח געוועזן איינצורעדן עפעס א הימל קעלבל אין בויך.. מיר ערגערן די חכמים וחריפים וועלכע שפיהלן דעם פראפעסיאנעלן שפיהל און זיי סנאב’ן שטויסן און טרעטן אויף א קאלקולירטער שטייגער, וויסנדיג דאס כדי צו האבן א טאטאלע אחיזה איבער אן אומבאווסענר אספסוף מוז מען זיי כסדר דערדרוקן פון זיי פאדערן שטיקער רייסן און שמייסן.. ווייל דער הומאנער אייזל פארשטייט צו רעספעקטירן פאלגן און באגילדן נאר דעם וועלכער דערהייבט זיך הויך הויך איבער איהם און מאניפולירט איהם ווי א בהמה למחצה ושליש..
ווי ווייט איך ווייס, די דאזיגע תחבולות הנהגה ווערן נישט געברענגט אין די די כתבי האר”י אדער חסידישע ספרים, אבער זיי זענען פשוט צו יעדען האלב נאקעטן פרימיטיווער טשיף אין ג’ונגל, גורו, קולט-פיהרער וכדומה..
איך האב געליינט אין דער טיימס דאס אן טעלע-עווענגעליסטער גלח האט מגלה געוועזן זיינע חסידים דאס דער יויזיל האט איהם געהייסן זיי זאלן איהם קויפן א פערטער ג’עט צו זיין פלאטא וואס קאסט אכט און פופציג מיליאן און דער מיינטענענס אליינס גייט זיי קאסטן צוועלף מיליאן א יאר.. און יענער פויגל איז בסך הכל איינער פון טויזענטע ווילד רייכע קריסטליכע נביאים און משפיעים..
נו, וועקט אייך שוין אויף און עפנט אייערע אויגן אידן. דער דאזיגער הלך ילך נישט קיין דערהויבענע יהדות און בוודאי נישט קיין דרך הבעל-שם,. נאר אן א אונטער קולטור אן עשב שוטה בכרם ישראל..
יהודי פשוט